נארדערן ליניע

לאנדאנער אונטערגרונט ליניע

די נארדערן ליניע איז א ליניע אין דעם לאנדאנער אונטערגרונט, און זיין קאליר אויף דער אונטערגרונט מאפע איז שווארץ. די ליניע איז די צווייט־מערסטע פארנומענע אין דער אונטערגרונט סיסטעם, מיט ארום 252,310,000 פארער א-יאר. (פון 2003 ביז 2010 איז זי געווען די מערסט פארנומענע ליניע.) די ליניע האט צוויי רוטעס אדורך לאנדאן פון צפון צום דרום, און געפינט זיך מערסט אונטער דער ערד. פון 52 סטאנציעס, זענען 38 אונטער דער ערד. מען האט געעפנט א פארלענגערונג פונעם טשארינג קראס צווייג פון קענינגטאן קיין באטערסי אום 20סטן סעפטעמבער 2021, אזוי האט די ליניע א צווייטן דרום־צווייג.

נארדערן
מאפע קאליר שווארץ
ערשט אפערירט 1890
טיף טיפער ניווא
בארעדערטער סטאָק 1995 Tube Stock
סטאנציעס 52
לענג (ק"מ) 58
לענג (מיילן) 36
וואקזאלן גאלדערס גרין
מארדן
עדזשווער
הייגעט[1]
רייזעס 252 מיליאן (2012) (א יאר)
באן ליניעס פֿון טראנספארט פאר לאנדאן
לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס
  בעקערלו
  דיסטריקט
  האמערסמיט און סיטי
  וואטערלו און סיטי
  וויקטאריע
  יובילי
  מעטראפאליטאן
  נארדערן
  פיקאדילי
  צענטראל
  קרייז
אנדערע ליניעס
  דאקלאנדס לייכטע באן
  טראמלינק
  איבערגרונט

106 באנען פארן אויף דער נארדערן ליניע.

היסטאריע רעדאַקטירן

 
סיטי און דרום לאנדאן באן, 1890

די נארדערן ליניע האט זיך אנטוויקלט פון צוויי באן פירמעס: סיטי און דרום לאנדאן באן (the City & South London Railway; אין קורצן − C&SLR) און די טשארינג קראס, יוסטאן און האמפסטעד באן (the Charing Cross, Euston & Hampstead Railway; אין קורצן − CCE&HR), באקאנט מיטן נאמען "האמפסטעד טיוב".

די "סיטי און דרום לאנדאן באן'" איז די ערשטע טיפער ניווא אונטערגרונט ליניע, געבויט אונטער דער אויפזיכט פון דזשיימס הענרי גרעטהעד, וואס איז אויך געווען פאראנטווארטלעך, מיט פיטער וו. בארלא (א בריטישער אינזשעניר) פארן טאוער סובוועג. די ליניע איז געווען די ערשטע פון די לאנדאנער אונטערגרונט ליניעס געבויט מיט דורכבויערן טיף אונטער דער ערד און אויך די ערשטע אפערירט דורך עלעקטריע. די ליניע האט געעפנט אין 1890 פון סטאקוועל ביז קינג וויליאם גאס (היינט מער נישט אין באניץ). די סטאנציע איז נישט געווען גוט פלאצירט און אין 1900 האט מען געעפנט א נייע רוטע קיין מורגייט אדורך באנק.

באדינונגען רעדאַקטירן

אין די נישט־שפיץ שעה׳ן פארן:

  • 10 באנען א שעה פון עדזשווער קיין קענינגטאן אדורך טשארינג קראס [2]
  • 10 באנען א שעה פון עדזשווער קיין מארדן אדורך באנק [2]
  • 4 באנען א שעה פון היי בארנעט קיין קענינגטאן אדורך טשארינג קראס [2]
  • 4 באנען א שעה פון היי בארנעט קיין באטערסי קראפטסטאנציע אדורך טשארינג קראס [2]
  • 8 באנען א שעה פון היי בארנעט קיין מארדן אדורך באנק[2]
  • 1 באן א שעה פון מיל היל איסט קיין קענינגטאן אדורך טשארינג קראס [2]
  • 1 באן א שעה פון מיל היל איסט קיין באטערסי קראפטסטאנציע אדורך טשארינג קראס [2]
  • 2 באנען א שעה פון מיל היל איסט קיין מארדן אדורך באנק [2]

אינגאנצן פארן 4 באנען א שעה צווישן מיל היל איסט און פינטשלי צענטראל, 16 באנען א שעה צווישן היי בארנעט און פינטשלי צענטראל, 5 באנען א שעה צווישן קענינגטאן און באטערסי קראפטסטאנציע, און 20 באנען א שעה אויף אלע אנדערע טיילן פון דער נארדערן ליניע.

נאכט טיוב רעדאַקטירן

אין דעצעמבער 2016 האט אנגעהויבן אויף דער נארדערן ליניע די נאכט טיוב באדינונג. יעדע פרייטיק צו נאכט און שבתע־נאכט פארן די באנען א גאנצע נאכט; דורכשניטלעך פארט א באן יעדע 8 מינוט צווישן מארדן און קאמדן טאן אויף דער טשארינג קראס צווייג, און בערך יעדע 15 מינוט פון קאמדן טאן צו היי בארנעט/עדזשווער. ביז יולי 2017 שטעלן די נאכט טיוב באנען נישט אפ ביי טשארינג קראס.


מאפע רעדאַקטירן

 
געאגראפישע רוטע פון דער נארדערן ליניע

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. London Underground Key Facts. Transport for London. דערגרייכט דעם 2008-05-21.
  2. a b c d e f g h Twin Peaks: Timetable Changes on the Northern Line. London Reconnections.