מזרח לאנדאן ליניע
די מזרח לאָנדאָן ליניע איז א טייל פונעם לאָנדאָנער איבערגרונט, וואס גייט פון צפון צו דרום דורכן איסט ענד, דאָקקלאַנדס און דרום געביטן פון לאָנדאָן. זי איז געווען פֿריער אַ ליניע פונעם לאנדאנער אונטערגרונט.
געבויט אין 1869 דורך דער מזרח לאָנדאָן באַן פירמע, וואָס האט אויסגעניצט דעם טעמז טונעל וואס איז געמאכט געווארן מיט דער כוונה פֿאַר פערד-געצויגן שארבאנקעס, די ליניע איז געווארן א טייל פונעם לאנדאנער אונטערגרונט נעצווערק אין 1933. נאָך כמעט 75 יאר ווי טייל פון דער אונטערגרונט נעץ, איז זי געווארן פארשלאסן אין דעצעמבער 2007 פֿאַר אַ ברייטער פארגרעסערונג, און האט ווידערגעעפֿנט ווי א טייל פון דער איבערגרונט נעץ אין אפריל 2010.[1][2][3] פֿאַזע 2, וואָס האט פֿארבינדט די ליניע מיט דער דרום לאנדאן ליניע ביז אַ סוף סטאנציע ביי קלאפהאם קנופ, האט געעפנט דעם 9טן דעצעמבער 2012, שאפנדיק אַן אָרביטיר־באַן באַן אַרום אינערן לאָנדאָן.[4][5]
געשיכטע
רעדאַקטירןגרינדונג פון דער מזרח לאָנדאָנער באַן
רעדאַקטירןדי מזרח לאָנדאָנער באַן איז געווארן באשאפֿן דורך דער מזרח לאָנדאָן באַן פירמע, אַ קאָנסאָרטיום פון זעקס באַן קאָמפּאַניעס: די גרויס מזרח באן (GER), די לאָנדאָן, ברייטאַן און דרום בארטן באַן (LB&SCR), די לאָנדאָן, טשאַטהאַם און דאווער באַן (LCDR), די דרום מזרח באַן (SER), די מעטראָפּאָליטאַן באַן, און די דיסטריקט באַן. די לעצטע צוויי האבן אפערירט וואָס איז היינט די מעטראָפּאָליטאַן, קרייז, דיסטריקט און האַממערסמיט & סיטי ליניעס פונעם לאנדאנער אונטערגרונט. די אינקאָרפּאָראַציע פון דער מזרח לאָנדאָנער באַן איז געשען אום 26סטן מיי 1865 מיט דער ציל פון פֿארזארגן אַ לינק צווישן די LB&SCR, GER און SER ליניעס.[6]
די קאָמפּאַניעס האבן געניצט דעם טעמז טונעל, געבויט דורך מאַרק און אייזאַמבאַרד קינגדאם ברונעל צווישן 1825 און 1843 פֿאַר פערד-געצויגענע קארעטעס. דער טונעל איז געווען גוט גרויס. ער האט פארבונדן וואַפּינג אויפן צפון ברעג פונעם טעמז מיט ראָדערייד אויפן דרום ברעג.
די ליניע האט געעפנט אין פֿאַזעס ביז דאס געלט איז געווען גרייט:
די לאנדאנער אונטערגרונט תקופה
רעדאַקטירןאין די 1980ער און 1990s, האט די ליניע באקומען צוויי חשובע נייע פארבינדונגען: שאדוועל איז געווארן אן איבערבייט מיט דער דאקלאנדס לייכטע באן אין 1987, און מ׳האט צוגעלייגט א סטאנציע ביי קאנאדע וואטער אין 1999 פאר אן איבערבייט מיט דער יובילי ליניע.
איבערגרונט
רעדאַקטירןאין 2005 האט מען אנגעהויבן אינזשעניריע ארבעט אויף דער מזרח לאנדאן ליניע פארלענגערונג. אין 2007 האט אויפגעהערט די אונטערגרונט באדינונג.
היסטאריע פון דער פארלענגערטער רוטע
רעדאַקטירןדי רוטע פון הייבורי מיט איזלינגטאן און שארדיטש איז ערשט געעפנט געווארן אין 1865. די נארד לאנדאנער באן האט זי געבויט כדי זייערע פאסאזשירן באנען זאלן קענען דערגרייכן די סיטי פון לאנדאן. אריגינעל האט די ליניע געהאט פיר סטאנציעס, דאלסטאן קנופ, האגערסטאן, שארדיטש און א גרויסע סוף־סטאנציע אין בראד סטריט. ביי דאלסטאן קנופ האט א ליניע געצווייגט צו דער צפון לאנדאן ליניע קיין מזרח, מיט באנען קיין סטראטפארד און פאפלאר. די רוטע איז געווארן פארמאכט צו פאסאזשירן אין 1944.
פארלענגערונג
רעדאַקטירןפֿאזע 1
רעדאַקטירןסטאנציעס
רעדאַקטירןפון צפון קיין דרום
- הייבורי און איזלינגטאן
- קאנאנבורי
- דאלסטאן קנופ
- האגערסטאן
- האקסטאן
- שארדיטש היי סטריט
- שארדיטש - געעפנט אום 31סטן מערץ 1913, גאנץ פארמאכט אום 9טן יוני 2006
- ווייטשעפל - געעפנט אום 31סטן מערץ 1913
- שאדוועל - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- וואפינג - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- ראדערייד - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- סארי קיס - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- צווייג קיין קלאפהאם קנופ (דרום לאנדאן ליניע)
- צווייג קיין ניו קראס - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- ניו קראס גייט - געעפנט אום 1טן אקטאבער 1884
- בראקלי
- אנאר אק פארק
- פארעסט היל
- סידנהאם
- צווייג קיין קריסטאל פאלאץ
- פענדזש וועסט
- אנערלי
- נארוואוד קנופ
- מערב קרוידן
רעפֿערענצן
רעדאַקטירן- ↑ East London Line alternative transport strategy update. לאנדאנער אונטערגרונט (27סטן נאווועמבער 2006). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 28סטן סעפטעמבער 2007. דערגרייכט דעם 24סטן דעצעמבער 2006.
- ↑ East London line facts, Transport for London. [dead link]
- ↑ "First train runs on East London Railway" (8טן אקטאבער 2009). דערגרייכט דעם 8טן אקטאבער 2009.
- ↑ http://www.tfl.gov.uk/corporate/projectsandschemes/15401.aspxמוסטער:Dead link
- ↑ "Outer London rail orbital opens for passengers", BBC (10טן דעצעמבער 2012). דערגרייכט דעם 15טן דעצעמבער 2012.
- ↑ (2009) Railways of Britain – London North of the Thames. Hersham, Surrey: Ian Allan Publishing, 14–15. ISBN 978-0-7110-3346-7.