רבי יחיאל מיכל (אווערבוך) זצ"ל (ה'תקמ"ה - כ"ה סיון ה'תרט"ז), רב אין דינאוויץ, באקאנט אלס רבי מיכל'ע קירימער.

רבי מיכל'ע איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ה, צו זיין פאטער הרב צבי מנחם פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זוסיא (אוערבאך) פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת סימא א טאכטער פון הרב דוב בער פון אוליאנאוו, א זון פון הרב צבי הירש, א זון פון דעם בעל שם טוב.

אין יאר ה'תקע"ד נאך דער פטירה פון זיין פאטער רבי הערש מענדל, איז רבי מיכל'ע אין עלטער פון דרייסיג יאר, אויפגענימען געווארן אלס רב אין דינאוויץ, פאדאליע, אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע) אויף זיין פאטער'ס ארט, און ווייטער אנגעפירט מיט זיין רבי'סטיווע.

רבי מיכל'ע איז געווען א תלמיד פון הרב ישראל פרידמאן, דער ריזשינער.

איינמאל ווען רבי מיכל'ע איז געווען ביים ריזשענער אין סאדיגורא אויף שבת, האט פרייטאג צו נאכטס אינמיטן דער סעודה דער ריזשינער אים אריינגערוימט אין אויער, "ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענער וועלט, וועל איך מיך מתדיין זיין מיט מיינע עלטערען פארוואס זיי האבן אראפגעברענגט אזא הייליגע נשמה ווי איך, אין אזא דור השפל".

[1]דעמאלטס ווען מען האט ארעסטירט דעם ריזשינער האט מען אויך ארעסטירט רבי מיכל'ע, דער ריזשינער איז שפעטער באפרייט געווארן צייטווייליג, און האט געמוזט אנטלויפן פון רוסלאנד. רבי מיכל'ע איז געזעסען צוויי יאר אין געפענגעניש. אין ענדע האבן די רשעים אים פאראורטיילט צו פארשיקן קיין סיביר. די חסידים האבן זיך מוסר נפש געווען, און אים געראטעוועט. זיי האבן אינטערגעשמירט א באנדע רויבער, וועלכע זענען באפאלן די וועכטער, ווען זיי זענען דורך געפארן אין וואלד קיין סיביר. נאך א קורצן קאמף איז זיי געלונגען אים צו באפרייען. און אים אריבער געשווערצט קיין אונגארן, ווי ער האט זיך באזעצט אין קירעמא. (נישט ווייט פון בארדיוב-בארטפעלד).

רבי מיכל'ע איז נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תרט"ז, און ער ליגט אין קירעמא.

רבי מיכל'ע האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק האלבערשטאט רב אין קאנסטאנטינין, אן אייניקל פון רבי יעקב עמדין און דער חכם צבי. פון זייערע קינדער:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • באהלי צדיקים
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. די געשיכטע ווערט דערציילט און די לענג אין ספר דברים ערבים מיט פארשידענע ענדערונגן