יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק

(אַריבערגעפֿירט פון יוסף דוב סאלאווייטשיק)
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רב אין באסטאן. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (באדייטן).
יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק
הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק
הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק
געבורט 27 פעברואר 1903
י"ב אדר תרס"ג
פרוזשענע, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 אפריל 1993 (אלט 90)
י"ח ניסן תשנ"ג
באסטאן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט הומבאלט אוניווערסיטעט פון בערלין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ארטאדאקסישע יידנטום רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים אהרן ליכטנשטיין, הערשל רייכמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער משה סאלאווייטשיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יוסף דוב ״יאשע בער״ הלוי סאלאווייטשיק (י"ב אדר תרס"ג, 1903 - י"ח ניסן תשנ"ג, 9טן אפריל 1993), א רב, א אריגענאלער דענקער און פֿילאסאף, פון די אנפירער פון מזרחי, און פון די פירער פון דעם ארטאדאקסישן אידנטום אין אמעריקע. ער איז געווען איינער פון די גרעסטע רעדנער און לעקטארן אויף יידיש. זיין יידיש (ליטווישער דיאלעקט) איז געווען רייך, טיף און אלאסטיש.

געבוירן אין היינטיגן בעלארוס צו זיין פאטער הרב משה סאלאווייטשיק, האט ער געלערנט אין וואלאזשין, ביי די 22 יאר איז ער געגאנגען שטודירן אין אוניווערסיטעט אין בערלין די עיקר האט ער געלערנט פילאסאפיע, אין 1932 באקומען די באשיינונג. אין דער צייט האט ער אויך געלערנט א יאר אין דעם רבנים סעמינאר אין בערלין, באקענענדיג זיך מיט דער בערלינער שיטה פון תורה מיט דרך ארץ.


אין 1931 האט ער חתונה געהאט און אין 1932 איז ער געפארן קיין אמעריקע קיין באסטאן דארט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אנקלאפנדיג זיך אין אומוויסענדהייט און אפגעפרעמדעטקייט פון אידישקייט פון די אמעריקאנער אידן ער האט געעפנט א תלמוד תורה, אין 1935 איז ער געגאנגען באזוכן ארץ ישראל ער האט זיך דארט געטראפן מיט הרב קוק אין דער צייט פון זיין באזוך איז ער געלאפן פאר דער שטעלע פון רבנות אין תל אביב אבער נישט געווינען. הרב משה אביגדור עמיאל איז דערוועלט געווארען דאס איז די איינציגסטע באזוך זיינע אין ארץ ישראל. אום 1959 האט ער נישט געוואלט לויפן פארן רבנות אמט פון ארץ ישראל רב הראשי אפילו ס'איז געווען א זיכערער געווינס,

נאך דער פטירה פון זיין טאטן, הרב משה סאלאווייטשיק, אין 1941 האט ער איבערגענומען די ישיבה אוניווערסיטעט און דארט איז ער געזיצען 40 יאהר געבענדיג שיעורים און אנפאנג אין אידיש אין טוישענדיג צו ענגליש און 1960, ער פלעגט פארלערנען זייער טיפער שיעורים אויף די בריסקער גאנג פון זיין זיידען ר' יאשע בער, ער איז געווען אקטיוו אין די הסתדרות הרבנים פון אמעריקא די (RCA)

נאכן חורבן איז ער געווארן די פירער פון מזרחי ביז זיין לעצטן טאג, צוביסלעך איז ער געווארן דער ענדגילטיגער פירער פון דער מאדערן ארטאדאקס שטרעמונג, און טויזנטער האבן געשטראמט צו זיינע שיעורים, וואו ער פלעגט אסאך ניצן פיליסאפישע געדאנקען.

זיין טאכטער עטרה האט געהייראט פראפעסאר רבי יצחק אשר טווערסקי, טאלנער רבי אין באסטאן. זייער זון, רבי משה איז געווען ראש כולל אין תורת משה, ירושלים; ער איז אומגעקומען אין דער קהילת בני תורה שחיטה כ"ה מרחשון תשע"ה.

זיין טאכטער טובה האט געהייראט הרב אהרן ליכטנשטיין, ראש ישיבה פון הר עציון. זייער זון הרב יצחק ליכטנשטיין איז א ראש ישיבה אין תורה ודעת, ברוקלין.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

שיעורים (אין פארמאט ram) אויף פורים און מגילת אסתר (ארכיווירט 21.06.2006 ביי דער Wayback Machine), חלק א (ארכיווירט 21.06.2006 ביי דער Wayback Machine), וחלק ב (ארכיווירט 21.06.2006 ביי דער Wayback Machine).