מאָמענט מאגאזין איז א פרומע וועכנטליכע אויסגאבע פאר דער אידישער פאמיליע אין דער אידישער שפראך. געפירט דורך פרומע חרדישע רעדאקטארן אין ניו יארק.

די ערשטע נומער פון ׳מאָמענט׳ איז ארויס ערב חג הפסח תשע״ד. די 'א בליק' בילדער מאגאזין איז דעמאלט געווען מיטגעלייגט מיט׳ן מאגאזין יעדע וואך פאר די ערשטע עטליכע חדשים.

נאך די ערשטע זעקס מאנאטן, אינעם נומער פון ערב ראש השנה תשע"ה איז ׳מאָמענט׳ אריבער צו נייע רעדאקטארן און די 'א בליק' בילדער ביכל איז געווארן אפגעטיילט אלס צוויי זעלבסשטענדיגע אויסגאבעס. דער ׳מאָמענט׳ האט דאן אויסגעברייטערט איר שטאב, פארגרעסערט און פארשענערט דעם מאגאזין פון פילע אספעקטן, אריינגערעכנט עקסטערע אפטיילונגען פאר פרויען און פאר קינדער. (וואס איז לבסוף אוועקגענומען געווארן)

אום פרשת שמות שנת תשפ״א האט מאמענט אונטער א פראגראם גערופן ״מאמענטום״ זיך פילפאכיג פארברייטערט מיט תוכן בכמות ובאיכות, אין צוגאב צום ״נפשי״ - מענטעל העלט דזשורנאל און ״לבלר״ - תורה העפט וואס ערשיינען חודש׳ליך מיטכעלייגט אינעם מאמענט פעקל, האט אנגעהויבן ערשיינען א וועכנטליכער ״מאמענט פלאס״ ביילאגע פון אכט און פערציג זייטן מיט רייכע תוכן און צילט צו ברענגען נייעס און אקטועלע נושאים אלוועלטליך און היימיש.

דער מאגאזין לויפט רעגלמעסיג צווישן 80 און 100 זייטן וועכנטליך, אין צוגאב צו די אנדערע אפטיילונגען.

  • יואל הלוי קרויס - ארויסגעבער
  • הרב חיים שלמה בערגער - ''לעניית דעתי'' קאלום
  • פינחס גלויבער - ''צען ברעקלעך'' קאלום
  • הרב משה אליעזר ליבערמאן - אינטערוויוער
  • הרב אליעזר ראזען - ''יש אומרים'' קאלום
  • אלי׳ יואל גליק - רעדאקטאר און שרייבער פון ''פענסטערלעך'' קאלום
  • מנחם גאלד - שרייבער פון אקטועלע ''טעלערלעך'' קאלום, ''אפענע שמועסן'', און פאליטישער אנאליז.
  • מנשה רייך - אינטערוויוער
  • אפרים גרינפעלד - אינטערוויוער
  • שמעון יואל קליין - ''שבת טיש'' קאלום און נאוועל פארזעצונג.
  • הרב ברוך וויינשטאק - ''כוואליעס'' קאלום
  • זלמן שפירא - ''סטאנציע'' קאלום
  • יצחק עקשטיין - ביזנעס קאלום ''לאמיר עפענען א ביזנעס אינאיינעם''
  • לייבוש לאכער - ''האק א טשייניק'' הומאר קאלום
  • שרגא סופר - מאנומענטאלע מאמענטן

אנדערע שרייבער צווישן אנדערע, זענען, בנציון הלוי, מאיר שטיין, אהרן יוסף שפילמאן, שלמה לייפער, משה גלויבער, משה יאקאב, אלטר שמואל טאמבור, דוד בריסק, און נאך.