הרב יהושע מנחם (יהושע מענדל) עהרנבערג (י"ב טבת ה'תרס"ה, 1905כ"ד אדר ב' ה'תשל"ו, 1976) איז געווען א חסידישער פוסק און אב בית דין אין תל אביב. ער האט געדינט ווי דער הויפט־רב אין די ציפערן פארהאלט-לאגערן.

יהושע מנחם עהרנבערג
געבורט 20 דעצעמבער 1904
י"ב טבת תרס"ה
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מערץ 1976 (אלט 71)
כ"ד אדר ב' תשל"ו
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט גאליציע, ישראל
באלאנג גאליציאנער רבנים, בעלזער חסידות
זיינע רביס הרב מאיר אריק און רבי אהרן רוקח פון בעלזא
חיבורים "דבר יהושע", "ראשי בשמים".
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

הרב יהושע מנחם איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל קעמעטשע, אונגארן צו זיינע עלטערן יצחק-אריה לייב און שרה עהרנבערג, וואס האבן געשטאמט פון גארליץ אין גאליציע. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט ביי הרב נפתלי הירץ באמבאך אב"ד סאמבאר מחבר פון "גבעת הלבונה", און נאכהער ביי הרב מאיר אריק אב"ד טארנע וואס האט אים געגעבן היתר הוראה; אויך האט ער געהאט היתר הוראה פון הרב הורוויץ מפראוואזשנע און הרב פירער פון קראסנא.

אין תרפ"ה האט ער געהייראט הינדא-לאה בירנבוים (זי איז געווען איינע פון די ערשטע תלמידות פון שרה שענירער) פון קראקע, וואו ער האט געלערנט ווייטער. ביים חורבן אייראפע האט ער געוואלגערט פיל מאל. ער איז געווארן איינגעזעצט אין דער באכניער געטא, אבער האט געזדאנזשעט צו אנטלויפן אין סלאוואקיי און פון דארט קיין אונגארן.

ער איז געווען נאנט צום בעלזער רב, וואס האט אים מספיד געווען אין דער בעלזער ישיבה אין אגריפס גאס, ירושלים ביי זיין לוויה. ער ליגט אין הר הזיתים.

הרב יהושע מנחם און זיין ווייב הינדא לאה האבן געהאט דריי טעכטער. איין טאכטער ריבֿה האט געהייראט אברהם חנוך אבראמאוויטש, א זון פונעם עסקן יהודה מאיר אבראמאוויטש.