שרה שענירער
שרה שענירער (תמוז ה'תרמ"ג, קראקע, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע - כ"ו אדר א' ה'תרצ"ה, קראקע, פוילן), איז געווען א פרומע יידישע שרייבערקע, פעדאגאג, לערערין און אן אקטיוויסט פאר רעליגיעזן חינוך. זי אי ברייט באוואוסט פארן אויפשטעלן די בית יעקב באוועגונג פון שולעס און סעמינארן פאר מיידלעך.
געבורט |
6 יולי 1883 קראקע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1 מערץ 1935 (אלט 51) קראקע |
מדינה | פוילן |
שרה שענירער איז געבוירן צו א משפחה פון בעלזער חסידים. זי האט געלערנט אין א פוילישער שולע. ביי דרייצן יאר האט זי אנגעהויבן ארבעטן. זי האט געוואלט לערנען ווייטער, אבער צוליב דעם דחקות פון פרנסה האט זי געארבעט אלס א שניידערקע. אין דער זעלבער צייט האט זי געלערנט אליין ווייטער פון ספרים פארטייטשט אויף יידיש.
מיטן אויסברוך פונעם ערשטן וועלט קריג אין תרע"ד האט זי זיך געצויגן קיין ווין, די הויפטשטאט פון דער עסטרייך אונגארישער אימפעריע, אבער דאס נעקסטע יאר איז זי צוריק אין קראקע. אין ווין האט זי געהערט דרשות וואס האבן זי געצויגן צו דרשענען צו די יידישע מיידלעך אין פוילן וואס זענען אנגעהויבן גיין אוועק פונעם יידישן וועג. זי האט אבער געזען אז מיט דערוואקסענע מיידלעך וועט זי נישט קענען פועלן נאר ווען זי וועט קענען לערנען מיט קליינע מיידלעך.
זי האט געשריבן צו איר ברודער אין טשעכאסלאוואקיי, א בעלזער חסיד, וועגן איר שאיפה צו ארבעטן אין חינוך, און זי האט אים איבערגעצייגט אז דאס איז איר ציל אין לעבן. ער האט זי געבעטן קומען קיין מארינבאד, און זי איז געפארן אהין מיט אירע לעצטע פאר גראשן. דער בעלזער רב איז דעמאלסט געווען אויף דאטשא אין מארינבאד, און דער ברודער איז אריין צו אים מיט א קוויטל: מיין שוועסטער וויל מחנך זיין בנות ישראל אין דער גייסט פון יידישקייט און תורה. דער רבי האט געענטפערט אויפן קוויטל: ברכה והצלחה. מיט דער הסכמה האט זי אנגעהויבן.
איר ערשטער קלאס האט געהאט 25 מיידלעך.
ווען זי איז נפטר געווארן כ"ו אדר א' תרצ"ה זענען נאכגעגאנגען איר מיטה טויזנטער בית יעקב מיידלעך און פרויען וואס האבן געהאלטן זי פאר זייער מוטער, און אין פיל שטעט וואו מ'האט געהערט די בשורה פון איר פטירה זענען די פרויען געזעסן שבעה אזוי ווי פאר א מאמען.
זי ליגט אין דעם פאדגורזשער בית עולם.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- די מוטער פון דורות פון יוסף פרידענזאן, דאס אידישע ווארט • טבת־שבט תשס׳׳ה
- געזאמעלטע שריפטען פון שרה שענירער