השכלה איז געווען א יידישע באוועגונג אין אייראפע סוף דעם 18טן יארהונדערט אין דער נייע עפאכע. זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך אויפקלערן מיט דער גוישער סביבה כדי צו קענען זייערע חכמות און איינעמען זייערע וועלטלעכע ידיעות און צו זיין אויסגעמישט מיט די גוים. די השכלה באוועגונג איז געווען פאראלעל צו דער אויפקלערונג אין דער אלגעמיינער אייראפעישער געזעלשאפט.

פארשידענע משכילים.

טייל משכילים האבן זיך בעיקר פארלייגט אויף די לערנונגען פון דקדוק און תנ"ך. און דערפאר הערשט א שטארקער אומוויסנדיגקייט אין די ענינים ביי די חסידישע יידן.

דער סאמער ערשטער משכיל ווערט גערעכנט משה מענדלסאן, וואס ער האט איבערגעטייטשט די תורה קעגן די דעת פון געוויסע גדולי ישראל. לויט טייל, האבן זיינע קינדער און איינקלעך זיך גע'שמד'ט פארן נישט פאלגן די גדולי ישראל שבימיו[1]. זיין איבערטייטש ווערט גערופן "ביאור". און ס'איז באקאנט אז דער חתם סופר האט געלאזט צוואה אז בספרי רמ"ד אל תשלחו יד, און ווי אנדערע צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען דאס צו פארניכטן כאטש אויבנאויף איז דארט נישט געשטאנען קיין אפענע זאכן קעגן יידישקייט.

משה מענדלסאן (אדער משה דעסויער [אין קורצן רמ"ד] ווי מען האט אים גערופן) זעלבסט איז אפיציעל געווען א שומר תורה ומצוות, אבער זיינע נאכפאלגער די משכילים זענען געגאנגען א טריט ווייטער. זעהענדיג ווי דאס אידיש פאלק ליידט אסאך אין גלות ביי די גוים, האבן זיי געהאלטן אז אויב מען וועט זיך אויסמישן מיטן גוי, און זיין אזוי ווי אים, וועט זיי דער גוי נישט האסן, און עס וועט זיך אויפהערן דער אנטיסעמיטיזים.

אזעלכע האלטן אז דאס האט זיך ארויסגעוויזן אלס א גרויסער גרייז. ווען דוקא פון דייטשלאנד איז ארויסגעקומען דער גרעסטער אנטיסעמיטיזים וואס איז נאר אמאל געווען. און זאגאר משומדים און האלבע גויים האט מען אויך נישט פארשוינט. ווייל הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב, און ווען מען פראבירט זיך צו דערנענטערן צו אים שטויסט ער נאך מער אפ.

אין שנת ה'תרו איז געווען א גרויסע אסיפה אין דייטשלאנד ווו די גערמאנישע משכילים האבן מתיר געווען אז מען מעג חתונה האבן מיט גוים, אזעלכע האלטן אז דאס האט שפעטער געפירט צו א שוידערליכע התבוללות, אט די משכילים זענען געווען דער וועג ווייזער פאר די רעפארמער און קאנסערוואטיווע. און דערפאר איז היינט אזוי גרויס די ראטע ביי די רעפאמער וואס זיי האבן חתונה מיט גוים.

א משכיל איז טייטש אן אויפגעקלערטער געלערנטער מענטש.

ווען די וועלט איז געווארן אויפגעקלערט האבן זיך אסאך יידן מיטגעכאפט און זענען אויך געווארן אויפגעקלערט, און אנגעהויבן טראכטן ווי אלע פעלקער'ס געדאנקען גאנג.

פון דעמאלטס אן רופט מען אן ביי די פרומע יודן, א מענטש וואס איז אויפגעקלערט און ער גייט נישט מיטן שפאן ווי די פרומע עהרליכע, ער איז א משכיל, אן אויפגעקלערטער.

באקאנטע משכילים רעדאַקטירן

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. (ר' עקיבא יוסף שלענזינגער אין זיין פי' אויפן צוואות החת"ס)