קאווע

געטראנק
(אַריבערגעפֿירט פון קאפע)

קאַווע איז א אלגעמיינער נאמען פאר הייסע און צומאלן קאלטע געטראנקען וואס מען מאכט פון געבראטענע קאווע באנדלעך. זי פארמאגט אין זיך קאפעין וואס לעבט אויף דעם מענטש.[1]

קאווע אראביקא (Coffea arabica), דער מערסטער פארשפרייטער זגאל פון דעם קאווע פלאנץ, איז אן אלעמאל-גרין פלאנץ וואס שטאמט פון עטיאפיע. אנדערע זגאלן, קאווע ליבעריקא (Coffea liberica) און קאווע ראבוסטא (Coffea robusta), זענען געפונען אין פארשידענע געגנטן פון אפריקע.

די אפשטאם פון קאווע

רעדאַקטירן

לעגענדע זאגט אז קאווע שטאמט פון א פאסטוך וועלכער האט באמערקט אז איינע פון זיינע ציגן איז געווארן גוט אויפגעלייגט און אביסל ווילד נאכ'ן עסן א געוויסע באנדל וועלכע האט זיך געפינען אין זיין פעלד. די באנדלעך זענען געווען קאווע און דער פאסטוך האט עס פארזוכט, און דאס איבעריגע איז היסטאריע...

ארגינעל איז קאווע געווען אן עסן וועלכע איז געווען ארומגעשמירט מיט פעטן פון א בהמה צו געבן א טעם און די פארקויפער האבן דאס גערופן אן ענערגיע באל. דער געדאנק פון מאכן קאווע דורך אויפלאזן מיט הייס וואסער שטאמט פון די אראבער וועלכע זענען געווען די ערשטע קאווע טרינקער אינעם 15טן יארהונדערט. די אראבער האבן געהאלטן פאר א סוד זייער ענערגיע טרונק און האבן באוואכט די קאווע פעלדער. די איינציגסטע פלאץ ווי עס האט געוואקסן קאווע אויסער ביי די אראבער איז געווען אין אפריקע וועלכע האבן נאך דעמאלט געגעסן די קאווע באנדלעך הארטערהייט וועלכע ווערט גערופן קאווע טשעריס.

אויך דא איז פאראן א וועלט'ס מעשה וועלכע זאגט אז אן אינדישער סופי, באבא בודאן, האט געקויפט זיבן קאווע באנדלעך פון די אראבער אין תימן און האט זיי צוגעבינדן צו זיין קערפער.‏[2] ווען ער איז אנגעקומען אין דער אינדיע האט ער זיי איינגעפלאנצט און אויך דארט האט עס אנגעהויבן וואקסן. די אייראפעער האבן נאכגעפאלגט די אינדישער און אויך זיי האבן אנגעהויבן אנפלאנצן קאווע צום ערשט אויף אן אינזל וועלכע איז היינט א טייל פון אינדאנעזיע.

קאווע האט אריבער געשפרייזט דעם אטלאנטיק אין יאר 727' ווען א בראזיל'ער שפיאנאזש אגענט האט אהיימגעברענגט קאווע אלס א מתנה פאר'ן קעניג. אויך זיי האבן עס איינגעפלאנצן און היינט צו טאג איז בראזיל דער וועלט'ס גרעסטער קאווע פראדוצירער. אין אמעריקע וואקסט קאווע נאר אויף דעם האוואי אינזל און וויבאלד עס וואקסט נישט קיין סאך איז פאראן א חשיבות צו דער קאווע און קאסט אסאך געלט. ספעציעל איז באקאנט די קאונא קאווע וועלכע וואקסט אויף איינע פון די האוואי וואולקאן אינזלען און האט עפעס א ספעציעלן טעם צו וועלכע די קאווע פארשטייער לעכצן.

וואס עס מאכט אזוי ליב האבן קאווע איז נישט באהאלטן פון קיינעם. קאווע פארמאגט קאפעין וועלכע איז א דראג פונקט וואו אלע דראגס און האט די זעלבע עפעקט נאר איז היבש מילדער. א גלעזל קאווע פון 6 אנסעס פארמאגט ארום 100 מילי-גראם קאפעין וועלכע איז די מערסטע קאפעין אין סיי וועלכע טרונק. נאך קאווע קומט קאלא סאדע וואו א קען סאדא פון 12 אנסעס פארמאגט נאר 50 מילי-גראם פון קאפעין.

קאווע וואקסט

רעדאַקטירן

א קאווע בוים אי זייער א הילצערנער בוים מיט שטארק גרינע בלעטער וועלכע וואקסן אין פארן אבער זענען צעטיילט צו אנדערע דירעקציעס. די ביימער קענען וואקסן ביז 30 פיס הויך אבער די פארמער נעמען אראפ די קאווע באנדלעך פרייציטיג כדי זיי זאלן נישט דארפן קריכן הויך צו קלויבן די באנדלעך.

די קאווע ביימער געבן ערשט ארויס קליינע ווייסע געוואוקסן און נאך א יאר הייבט עס אן ווערן קאווע באנדלעך, ווערט אויך גערופן קאווע טשעריס). די קאווע ביימער וואקסן נאכאנאנד. ווען מען נעמט אראפ די געצייטיגטע באנדלעך קומען נייע און עס קענען זיין ביידע אויף איין בוים אין דער זעלבער צייט. יעדע קאווע בוים קען פראדוצירן בערך אנדערהאלבן פונט געמאלענע קאווע יעדע סעזאן.

צו פלאנצן קאווע דארף מען האבן גוטע ערד און מילדע וועטערס מיט אסאך רעגן און זון שאטן. דערפאר וואקס נאר קאווע אין די מיטעלסטע טיילן פון די וועלט פון דרום צו צפון וועלכע ווערט אנגערופן די באנדל ליניע.

קאווע סארטן

רעדאַקטירן

עס זענען פאראן צוויי הויפט קאווע סארטן וועלכע ווערן אנגערופן: אראביקע און ראבוסטא. אראביקע איז די ארגינעלע קאווע וועלכע האט געוואקסן אויף די קאווע ביימער אין די אראבישע לענדער. אלע קאווע וועלכע זענען געמאכט פון די סארט באנדלעך זענען מילד און גוט אין טעם. ארום 70 פראצענט פון די וועלט'ס קאווע איז פון די סארט.

די סארט קאווע וואקסט אויף הויכע אויבערפלאכן צווישן 2,000 און 6,000 פיס העכער'ן ים אויבערפלאך, מיט מילדע טעמפרעאטורן צווישן 60 און 75 פארענהייט (16 ביז 24 צעלסיוס), און ארום 60 אינטשעס פון רעגן פער יאר. אויב די וועטערס ווערן קאלט גייען אלע קאווע צוגרינד זייער שנעל.

ראבוסטא קאווע ביימער זענען די פארבליבענע 30 פראצענט פון די וועלט'ס קאווע און געפינען זיך אין אזיע און אין בראזיל. די סארט באנדלעך זענען קלענער און רינדיגער ווי די אראביקע קאווע באנדלעך. די ראבוסטא קאווע ביימער זענען שטערקערע ביימער וועלכע קענען פארנעמען מער היץ און קענען ליגן מער נידעריג אויפ'ן ים אויבערפלאך. די קאווע איז ביטער און פארמאגט 50 פראצענט מער קאפעין ווי די אראביקע קאווע.

ווייטער זענען די קאווע סארטן צעטיילט לויט די לענדער צו קלענערע קאטעגאריעס. גרויסע קאווע טרונקער פארשטייען גוט דערצו און ווייסן אפצוטיילן איינע פון די אנדערע. עס זענען פאראן קאוועס וועלכע זענען געמאכט פון עטליכע סארט באנדלעך וועלכע גיט א געמישטע טעם.

פון א טשערי צום גלעזל

רעדאַקטירן

מיר רופן עס א קאווע באנדל אבער ווען מען זעט דאס קוקט עס נישט אויס אנדערש ווי א טשערי וועלכע ווערט רויט ווען עס ווערט רייף. מיט'ן ערטשן בליק אויף א קאווע בוים זעט מען נישט קיין באנדלעך ווייל זיי ליגן באהאלטן צווישן די בלעטער און צווייגן און עס איז א שטיקל עבודה זיי צו קלויבן.

די אויסערן טייל פון א קאווע באנדל איז ביטער און די אינערליכע טייל איז זיס. ערשט נאך די צוויי טיילן ליגט באהאלטן די קאווע קערל וועלכע איז א הארט גרין באנדל. עס איז נאר פאראן איין סעזאן פאר קאווע און דאס ווענדט זיך לויט די גיאגראפישע ערטער וואו עס וואקסט. צפון פון דעם עקוואטאר ווערן אלע קאווע באנדלעך געצייטיגט ערגעץ צווישן סעפטעמבער און מערץ און דרום פונעם עקוואטאר ווערן זיי געצייטיגט אין אפריל אדער מאי. די באנדלעך ווערן געקליבן מיט די הענט און מען קען קלויבן אויפ'ן בוים אדער אראפנעמען אלע באנדלעך און דערנאך קלויבן. די ארבעטער אין די קאווע פעלדער קלויבן צווישן 100 און 200 פונט פון באנדלעך (יעדער איינער) און נאר ארום 20 פראצענט פון די וואג וועט בלייבן אקטועלע קאווע.

 
געבראטענע קאווע באנדלעך

איינמאל די באנדלעך זענען געקליבן דארף מען באלד זיך נעמען צו די ארבעט ווייל די באנדלעך ווערן אומפריש זייער שנעל. עס זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי מען ארבעט דאס אויס די ערשטע איז א טרוקענע וועג און די צווייטע איז א נאסע וועג: די טרוקענע וועג איז דורך אויסשפרייטן אלע באנדלעך אין א גרויסע שאכטל און מען לאזט עס טרוקנען אויף די זון פאר 10 טאג ווען יעדן טאג מישט מען דאס אויף אז די זון זאל קענען צוקומען איבעראל. נאך 10 טאג ווערן די באנדלעך ברוין און פארלירן 11 פראצענט פון זייער פייכקייט. די נאסע וועג איז נישט קיין סאך אנדערש נאר אז מען נעמט פון פאראויס אראפ די אויבערשטע טיילן פון דעם באנדל און מען לאזט טרוקנען נאר די גרינע באנדל וועלכע אנטהאלט די קאווע. דער צווייטער פראדעצור איז טייערער און טייל קאווע פראדעצורער נוצן אפילו מעכאנישע ליכטיקייט צו טרוקענען די באנדלעך וועלכע איז פיל שנעלער.

איינמאל די באנדלעך זענען טרוקן נעמט מען אראפ נאך עטליכע שיכטן און מען צעטיילט זיי לויט די גרויס. דאס קען געטאן ווערן מיט די הענט אדער דורך א ספעציעלע בלאז מאשין וועלכע בלאזט אוועק די וואס וועגן ווייניגער. עד כאן איז די ארבעט אין די פעלדער. די פארמער פאקן עס אין זעק און שיקן זיי צו די קאווע פירמעס . ארום 7 מיליאן טאנען גרינע באנדלעך קאווע ווערן געשיקט איבער די וועלט אין איין יאר.

דערנאך ווערן די גרינע באנדלעך געבראטן אין גרויסע טעפ וועלכע דרייען ארום די באנדלעך זיי זאלן נישט פארברענט ווערן. דא ארבעט עס ווי פאפ-קארן און נאך א שטיק צייט פאפט עס אויף צו דאפעלט אזוי גרויס און הייבט אן געבן א גערוך. מען לאזט עס דארט בראטן נאך עטליכע מינוט ווילאנג עס פאפט נאכאמאל און דעמאלט נעמט עס ארויס פון די מאשינען. עס זענען פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי מען בראט די באנדלעך און דאס זענען די סודות פון די קאווע פירמעס. אזעלכע קאווע פון נעסקאפעי און טעסטערס טשאויס ווערן נישט געבראטן מער ווי 7 מינוט און טייערע קאווע קען ווערן געבראטן ארום 14 מינוט ווען די צוקער אין די באנדל ברענט אויס און גיט ארויס א ספעציעלע גערוך וועלכע די גרויסע קאווע טרונקער גלייכן.

נאכ'ן בראטן לאזט מען ליגן די באנדלעך פאר א שטיק צייט בעפאר מען צעמאלט עס. וויבאלד די טעם פון קאווע וועפט שנעל אויס איינמאל מען צעמאלט עס טוט מען די צעמאלן די לעצטע זאך בארט בעפאר מען פאקט עס. אין אלע קאווע מאשינען לייגט מען אריין גאנצע באנדלעך און די מאשין צעמאלט עס אליינס וואס מאכט די קאווע פרישער.

צו האלטן פריש קאווע אין די שאפע דארף מען דאס האלטן גוט פארמאכט און אין א טונקעלע פלאץ ווייל אקסיגן און ליכטיקייט מאכן די קאווע שנעלער אויסוועפן.


א גוט גלעזל קאווע

רעדאַקטירן
 

א קאווע איז א געמיש פון קאווע, וואסער, און פילייכט אויך מילך און צוקער, און דאס דארף זיין באלאנצירט כדי עס זאל האבן א גוטן טעם. אויב ווייסט מען נישט וויפיל צו לייגן פון וואס, טרינקט מען יעדן טאג אן אנדערע קאווע. א גוטע קאווע לויט די עקספערטן דארף זיין ווי פאלגנד:

צוויי לעפלעך (טעיבלספונס) קאווע פאר יעדע 6 אנסעס וואסער און שטארקע מילך לויט די אייגענע פארשטאנד. דאס וואסער דארף זיין ריינע וואסער און דארף קאכן ביי א מינימום טעמפרעאטור פון 200 דעגרי פארנהייט. פארגעסט נישט אז דאס וואסער איז דער הויפט טייל אין א קאווע און ווי פרישער און ריינער אלס בעסער וועט די קאווע זיין. אויב האט מען א קאווע מאשין מיט קאווע באנדלעך קען מען האבן פיל בעסערע קאווע ווייל די נארוואס צעמאלענע באנדלעך גיבן ארויס פרישע קאווע. מען דארף זיכער מאכן אז די קאווע מאשין איז גוט גערייניגט ווייל די שליסל צו גוטע קאווע איז ריינע וואסער.

אויב איינער קען נישט פארנעמען די רעקאמענדירטע קאווע ווייל עס איז צו שטארק זאל ער פרובירן אנדערהאלבן לעפל און אויב איז עס נאך אלץ צו שטארק זאל ער פרובירן איין לעפל. ווייניגער פון דעם איז נישט קיין קאווע. איינמאל מען איז צופרידן מיט'ן קאווע זאל מען געדענקן די מאס קאווע, וואסער און מילך, וואס מען האט אריינגעלייגט און אזוי איבערמאכן יעדן טאג כדי צו האבן א גוט גלעזל יעדן אינדערפרי און נישט דורכפאלן מיט א צו קאלטע אדער צו ליכטיגע קאווע.

דיקעפענעיטעד קאווע האט אן ענליכע טעם אבער און איז געמאכט פאר די וואס גלייכן די טעם פון קאווע אבער דארפן נישט די קאווע עפעקטן. עס זענען פאראן צוויי ערליי וועגן וויאזוי מען נעמט ארויס די קאפעין פון די קאווע. איין וועג איז דורך כעמיקאלן און א צווייטע וועג איז דורך וואסער. די כעמיקאלן מאכן דעם דזשאב שנעלער און ווען עס איז פארטיג ווערן די באנדלעך איבערגעשווענקט מיט וואסער כדי אוועקצונעמען די פארבליבענע כעמיקאלן. די וואסער פראדעצור געדויערט פיל לענגער אבער איז געזונטער. דאקטוירים זענען ביי דער מיינונג אז עס איז בעסער צו טרינקן ארגינעלע קאווע ווי דיקאפענעיטעד קאווע ווייל 90 פראצענט דיקאפענעיטעד קאווע זענען בעארבעט געווארן מיט כעמיקאלן און די פארבליבענע כעמיקאלן זענען ערגער ווי די קאפעין אין קאווע.

אגב, איז אינטערעסאנט צו וויסן אז עס איז היינט פאראן נאטורליכע דיקאפענעיטעד קאווע וועלכע ווערן געפלאנצט אנדערש. וויבאלד עס איז פאראן ווייניג דערפון איז עס אומבאקאנט און איז טייער.

עס איז גוט צו מאכן א קאווע אין א גרויסע גלעזל ווייל די וועלט זאגט א ווערטל אז די צווייטע גלעזל האט קיינמאל נישט די זעלבע טעם...


קאווע ארום דער וועלט

רעדאַקטירן

נישט יעדער גלייכט קאווע, און פון די לענדער וואס גלייכן יא קאווע טרינקט נישט יעדער די זעלבע קאווע. לאמיר זען:

אמעריקע = אמעריקאנער זענען נישט די גרעסטע קאווע טרינקער און רוב איינוואוינער גלייכן לייכטע קאווע אבער מיט די יארן ווערט דאס שטערקער און שטערקער. רוב מענטשן לייגן אריין צוקער און גלייכן קאווע וואס האט א גוטע גערוך. דערפאר זענען קאווע מיט פלעיווארס זייער פאפולער.

פראנקרייך = די פראנצויזישע גלייכן שטארקע קאווע וועלכע איז דורכגעבראטן און איז באקאנט אלס "פרענטש ראוסט". פראנצויזישע גלייכן אויך א קאווע וועלכע רופט זיך די מילכיגע קאווע און באשטייט פון האלב קאווע האלב אויפגעקאכטע מילך.

עסטרייך = וועניס קאווע איז ממש די איינציגסטע קאווע וועלכע ווערט געטרונקען אין אייראפע. עס איז א געמיש פון שטארק געבראטענע און לייכט געבראטענע באנדלעך.

איטאליע = די איטאליענער פארשטייען די בעסטע צו קאווע און טרינקען די שטערקסטע קאוועס. זייערע באנדלעך ווערן געבראטן מיט סטים און איז פיל טונקעלער ווי אנדערע קאווע באנדלעך. די סארט קאווע ווערט אנגערופן "עספרעסאו" און מען קען עס באקומען אין די גאנצע וועלט.

טערקיי = די טערקישע נוצן אן ענליכע קאווע ווי די איטאליענער אבער עס איז נישט אזוי טונקל. די טערקישע לייגן אריין נישט זיסע פלעיווארס אין אלע זייערע קאווע.

קובא = זייער קאווע איז אויך זייער שטארק און איז די ביטערסטע פון אלע. מען קען באקומען קובאנער קאווע אין אמעריקאנער רעסטאראנטן אבער מענטשן טרינקען דאס איז בראנפן גלעזלעך.

טיילאנד = דארטן טרינקט מען קאווע קאלטערהייט געמישט מיט אייז און זיסע מילך. אין אמעריקע מאכט מען דאס נאך און מען רופט דאס אייז-קאווע.

די איבעריגע וועלט טרינקט ווייניג קאווע און טיי איז מער אויפגעכאפט דארט. צום ביישפיל אין ענגלאנד און רוסלאנד טרינקען א סך מענטשן טיי.

קאַווע און געזונט

רעדאַקטירן

די וועלט געזונט ארגאניזאציע רעקאמעדירט אַז שוואַנגערע פרויען זאלן באגרענעצן זייער טרינקען קאווע נישט מער ווי דריי אדער פיר גלעזעך א טאג, ווייל קאפעין טוט פארמיידן דאס איינזאפן פון אייזן אין דעם קערפער.[3]

קאַפעין איז אויך פּראָבלעמאַטיש פאר די וואס ליידן אין דעם גאלזעקל אדער פעלן עס.

אין האמעאפאטישן מעדיצין איז אנגענומען אז קאווע טוט שעדיגן די געזונט. זיי זאגן אז קאווע מאכט מענטשן מער וואכעדיג ווייל דער קערפער ארבעט ארויסצושטופן דעם קאפעין.

קאווע אין אידישן קולטור

רעדאַקטירן

ארטאדאקסישע אידן האבן א ספעציעלע פארבינדונג מיט קאווע וויבאלד דאס איז די איינציגסטע געטראנק וואס מעג אריינגענומען ווערן אין מויל פאר'ן דאווענען שחרית על פי הלכה.‏[4][5] טייל טרינקען מער קאווע און נוצן דאס אלס א מיטל צו גיין הכנות.

ביי חסידים האט מען אפילו געזאגט א רמז אז קאווע איז פונקט ווי א מקוה, ווייל מילך איז אויף לשון הקודש חל"ב, און דאס איז די גימטריא פון מ' און צוזאמען מיט קַוֶה (קאווע) איז דאס מקוה.


זען אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Esat Ayyıldız. “Kahve Sözcüğünün Etimolojisi ve Arap Literatüründeki Yansımaları”. International Anatolian Conference on Coffee & Cocoa: Full Text Book. ed. Sinem Karakundakoglu. Malatya: IKSAD Global Publishing House, 2021. p.61-68.
  2. לויט אן אנדער ווערסיע, האט ער באהאלטן די באנדלעך אין זיין בארד.
  3. געזונטע דערנערונג ווערנט שוואנגערשאפט און אנזייגן (ארכיווירט 24.05.2010 ביי דער Wayback Machine), פון וועלט געזונט ארגאניזאציע וועבארט
  4. עיין שולחן ערוך אורח חיים פט סעיף ג, ושו"ת יביע אומר חלק ד' חלק אורח חיים סימן יב
  5. קיצור שולחן ערוך ח