די טיילונג אין אונגארישן יידנטום

די ארטאדאקסישע, שטאטוסקווא און
נעאלאגישע שולן אין בודאפעשט.

די טיילונג אין אונגארן (לשה"ק: החלוקה במדינת אונגארן) איז געווען די אפיציעלע צעשפליטערונג פון די יידישע געמיינדעס אין דעם קעניגרייך פון אונגארן (נישט היינטיקע אונגארן) צווישן ה'תר"ל און ה'תרל"ב, צו ארטאדאקסישע, נעאלאגישע און שטאַטוסקווא קהילות. א סאך אלטע געמיינדעס האבן זיך צעשפליטערט אין צוויי און אפילו דריי נייע צוליב דער טיילונג.

הינטערגרונט

רעדאַקטירן
   
הרב עזריאל הילדעסהיימער און ר' יהודה לייב לעף.

ביזן סוף פון דעם 18טן יארהונדערט האבן די יידישע געמיינדעס אין אייראפע געהאט א ברייטע געריכטליכע אויטאנאמיע, און די בתי דין האבן געקענט די הלכה שטרענג ארויפצווינגען אויפן עולם. די מאדערניזירונג, אויפקלערונג און ארבאניזאציע האבן די טראדיציאנעלע יידישע געזעלשאפט שארף אומגעוואנדלט, און געמאכט דעם וועג ברייט פאר א רעפארם אין יידישקייט. קעגן די רעפארמיסטן, ווי ר' אהרן חורינער, זענען געשטאנען דער חת"ם סופר און אנדערע רבנים, וואס האבן געזוכט דעם אלטן דרך צו אָפּהיטן ?אונע די בעפוגניסע? - צום ביישפיל, חרם - וואס די מלכות האט אוועקגענומען. די רעפארמער האבן זיי א א נאהמען געגעהבן "ארטאדאקסן".

אין דעם קעניגרייך פון אונגארן - די היינטיקע אונגארן, סלאוואקיי, בורגנלאנד, זיבנבערגן, קארפאטארוס און נאך - האט זיך אן אָרטליכע רעפארם-באוועגונג פארמירט ארום ה'תק"ץ-ה'תר"י, די נעאלאגן. זי זענען געווען מעסיק אין אירע פאדערונגען, און קעגן פארענדערונגען אין עיקרי הדת. די וויכטיקסטע נעאלאגישע רב, יהודה ליב (לעאפאלד) לעף (ה'תקע"א - ה'תרל"ו), האט אָפּגעוואָרפן די פארשלאגן פון די דייטשע רעפארמער ר' אברהם גייגער און ר' שמואל האלדהיים, די אינטעלעקטואלישע פארלויפער פון היינטיקע רעפארם יידנטום. די נעאלאגישע השקפה איז געווען עהנליך צום היינטיקע קאנסערוואטיוו יידנטום, אבער מער טראדיציאנעל. ווען האלדהיים'ס תלמיד ר' יצחק איינהארן האט געגרינדעט א קהילה אין פעשט אם ה'תר"ח, ווו מ'האט אבגעשאפן די ברית מילה און אריבערגעפירט שבת קיין זונטאג, האבן זיי לעף און זיינע אנהענגער גערודפט: זיי האבן געזאגט איינהארן און זיינע קהילה האבן זיך "מוציא געוועהן פון כלל ישראל".

גלייכצייטיק, זענען זיי אבער אויך געווען קעגן די ארטאדאקסן. אום ה'תרכ"ג, האט דער היסטאריקער און תנ"ך פארשער צבי הירש גרעץ באשטעטיקט וואס אין ישעיהו נ"ג האט דער נביא נישט געמיינט וואס א משיח וועט קומען, זאנדערן וואס עם ישראל וועט זיך אליין גואל זיין. אין דער גרויסע סקאנדאל וואס האט דעמעלט'ס פאסירט - א וויכטיקע מייל-שטיין וואס האט שארף אויסגעטיילט צווישן די השקפה פון די מאדערן ארטאדאקס און די פאזיטיוו-היסטארישע שולע פון ר' זכריה פרענקעל, דער פארלויפער פון קאנסערוואטיוו יידנטום - האבן לעף און די אנדערע נעאלאגן אינטערגעשטיצט גרעץ. זיי האבן געהאט א גרויסע השפעה אין מיטעל-אונגארן, ווו די קהילות, צום ביישפיל אין פעשט און סעגעד, זענען געווען רעלאטיוו ניי און די מייסטע יידן זענען אסימילירט געווען אין די אונגארישע געזעלשאפט. אין די צפון פון די קעניגרייך, ווו די געמיינדעס זינד געווען א סאך עלטער, בלייבען די יידן פרום: אין אויבערלאנד - בורגנלאנד און מערב סלאוואקיי - די ארטיגע יידן האבן געשטאמט פון עסטרייך און מעהרן און זענען געווען רעלאטיוו מאדערן; אין אונטערלאנד (קארפאטורוס, צפון זיבנבערגן און מזרח סלאוואקיי) האבן די יידן געשטאמט פון גאליציע, זיי זענען געווען ארעם, צוריקגעשטאנען און בעאיינפלוסט פון חסידות. די אויבערלענדישע רבנים האבן נישט געליעבט די חסידים; ר' ירמיהו לעוו, אבדק"ק אויהעל, האט זיי אפילו רודף געווען. אבער די ביידע גרופעס האבן געמוזט צוזאמענארבייטן קעגן די רעפארמער און נעאלאגן.

 
מיהאלאוויץ תקנות, פון "לב העיברי", געדרוקט תרכ"ט.

די מחלוקות צווישן די ארטאדאקסן און נעאלאגן האבן געפירט צו שטרייטען אין א סך געמיינדעס מיט א געמישטן ציבור. אויך די פרומע זענען נישט געווען גלייכפאָרמיק: אין דעם מאדערניזירטן אויבערלאנד, ווי די השפעה פון דער דייטשער קולטור איז געווען שטערקער פון די אונגארישע, האט די השקפה פון תורה עם דרך ארץ געהאט א סאך אנהענגער, געפירט פון הרב עזריאל הילדעסהיימער פון אייזנשטאט. די אויבערלענדישע רבנים האבן דאס געשטיצט אלס אקעגנווירקונג צו נעאלאגיע. אפילו אין דעם בית הכנסת פון אברהם שמואל בנימין סופר אין פרעשבורג האט מען געהאט א דרשן אין דייטש. אבער ס'גווען אויך קנאים, וואס האבן געהאט א גרויסע השפעה אין מזרח און זענען געשטיצט געווארן פון די רבי'ס דארט. זיי זענען געפירט געווארן  דורך רבי הלל ליכטנשטיין, וואס האט געגלויבט אז הילדעסהיימער און די מאדערן ארטאדאקס זענען נאך ערגער פון די רעפארמער, ווייל זי בריינגען השכלה אריין מיט די פארקליידונג פון פרומקייט.

אום ט'-י' כסלו ה'תרכ"ו האט ר' הלל געהאלטן א רבנישע זיצונג אין מיהאלאוויץ, וואס האט ארויסגעגעבן תקנות וואס האבן פאַרווערט הערן דרשות אין "לשון אומות העולם", אריינקומען אין בתי כנסיות ווי די בימה איז נישט געווען אין מיטען דעם זאל (די נעאלאגן האבן זי געלייגט אין פאָרנט) אדער וואס האבן געהאט אנדערע שינויים. ד"ר מיכאל סילוועער האט געשריבן אז די תקנות זענען נישט געווען הויפטזעכליך קעגן די רעפארמער; די קנאים האבן זיי געמיינט קעגן די מאדערן ארטאדאקס. אין דער זעלבער צייט האט הרב הילדעסהיימער געשטיצט די נעאלאגישע פארשלאג צו גרינדען א מאדערנע סעמינאר פאר רבנים; ער האט געגלויבט אז עס איז נישט צו פארמיידן, און ס'עט זיין בעסער צו פאָדערן דאס די גייסט פון די אינסטיטאָט זאל זיין פרום. די סעמינאר איז געווען א יהרג ובל יעבור פאר די אנדערע ארטאדאקסן, קנאים און נישט קנאים. סילווער האט אפגעטיילט די פרומע רבנים אין אונגארן אין דריי מחנות: די קנאים, געפירט פון ליכטנשטיין, וואס האבן אונטערגעשריבן די מיהאלאוויץ תקנות; די מילדע, געפירט פון הילדעסהיימער, וואס האבן געשטיצט די סעמינאר; און די הויפט-שטראָם (מעינסטריעם), וואס האט אריינגענימען רבנים ווי מהר"ם שיק, אברהם שאג-צוועבנער, כתב סופר, ירמיהו לעוו און אנדערע. די הויפשטארם רבנים זענען געווען קעגן די מיהאלאוויץ תקנות - פיר מאנאטן בעפאר דעהם קאנפערענץ, שרייבט דער מהר"ם שיק צו ר' הלל אז ס'נישטאָ א הלכה'דיגער איסור אויף האלטן דרשה אין דייטש אדער אנדערע גוי'אישע שפראכן - און אויך קעגן די סעמינאר.

די קאנגרעס

רעדאַקטירן
 
"שומרי הדת" שטאטוטען.

אום ה'תרכ"ז האט אונגארן באקומען כמעט-אומאפהענגיקייט פון עסטרייך, און צוזאמען האבן די ביידע געגרינדעט די עסטרייך אונגארישע אימפעריע. די אונגארישע רעגירונג איז געווען ענטשלאסן צו עמאנציפירען די יידן. אום כ' אדר א' ה'תרכ"ז האבן די פרנסים פון דער פעסטער קהילה, וואס איז געווען א פעסטונג פון נעאלאגיע, באזוכט דעם נייעם מיניסטער פון רעליגיע, יודזשעף עטוועש. זי האבן עמפאהלען וואס, צוליב די קאמנעדע עמאנציפאציע, די יידן זאלן האבן א לאנדישער פארטרעטער-ארגאניזירונג, און דאס א קאנגרעס מיט פארטרעטער פון אלע קהילות אין אונגארן זאל זיך איינזאמלען אים צו אויפשטעלן. עטוועש האט געשטימט. אלע ארטאדקאסן, אפילו הילדעסהיימער, האבן געגלויבט אז די קאנגרעס איז א נעאלאגישע פאלשע שטיק וואס וועט זיי געבן שליטה איבער אלע יידן אין די קעניגרייך. די פעשט פרנסים און אנדערע וואס האט געשטיצט די קאנגרעס האבן באשטאנען אז די זאמלונג האט נישט צו טון מיט רעליגיע, און קיין רעליגיעהזע זאכן וועלן נישט געשמיעסט ווערן, נאר די טעכנישע פארוואלטונג פון די קהילות.

אום ניסן ה'תרכ"ז, א קליינע גרופע פון פרומע אין פעשט האבן געגרינדעט "שומרי הדת" - די פאראיין וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון דעם ארטאדאקסישן קאמף קעגן דעם קאנגרעס. די פאראיין מיטגלידער זענען געווען אום מייסט מאדערנער; ר' עקיבה יוסף שלעזינגער, חתן פון ר' הלל און א גרויסע קנאי, האט זיי גערופן "שומדי הדת." דאס איז געווען א גרויסע געשפּעט, שרייבט סילווער, אז די טיילונג - געפאדערט פון די קנאים - איז געווען באווערן דורך אירע גרויסע פיינד, די מאדערנע. "שומרי הדת" זענען געווען בעאיינפלאסט אויך פון דער רב שמשון רפאל הירש אין דייטשלאנד, וואס האט געקעמפט צו גרינדען אן אומאפהענגיקע ארטאדקסישע קהילה אין פראנקפורט. ווי הירש, פראקלאמירט אויך דער נישט-אפיציעלער פירער פון "שומרי הדת", ר' שמשון קרויס, וואס די נעלאגען און די פרומע זענען צוויי פארשידענע רעליגיע, פונקט ווי קאטאליקן און פראטעסטאנטן, און דעריבער זאלן די ארטאדאקסן זעלבסטשטענדיק זיין. "שומרי הדת" האט געמוזט פארמיטלען איבער די גרויסע אונטערשייד אין די פרומע לאגערן: די חסידים (אין אונגארן, אויפט באקאנט אלס "ספרדים") האבן מורא פון ר' ירמיהו לעוו און די נישט-חסידישע רבנים ("אשכנזים"); די מאדערנער האבן מורא פון די קנאים. נאך וואס די פאראיין האט פאבליצירט א קריאה קעגן א נייע ארטאדאקסישע שול אין קאשוי וואס איז נישט אנגעפאסט די מיהאלאוויץ תקנות, מוזטע קרויס א בריוו שיקען צו דער ברויגעזר הילדעסהיימער: ער האט געשריבן וואס ער זעלבסט איז גאנץ פאר די שיטה פון דעם רב, און גלויבט אויך וואס די חסידים זינד א סכנה "אזוי גרויס פונקטליך ווי די נעאלאגן", אבער ס'נישטו קיין ברירה און מ'דארף זיך פאראייניקען, "מפני מראית עין", צוליב די קאנגרעס. אום ד' כסלו ה'תרכ"ט זינד די וואלן פאר אים געהאלטן געווען אין גאנצען לאנד.

פון י' ביז י"ט כסלו ה'תרכ"ט איז אין פעשט געהאלטן געווען א גרויסע זאמלונג פון 200 פרומע רבנים, אום צו ענטשיידן אירע פאליטישע ריכטונג אין די קאנגרעס. הילדעסהיימער האט פארזוכט די זעמינאר צו פארברענגען. ווען די אנדערע האט דאס אפילו נישט געבריינגט צום וואל, האבן ער און זיינע אנהענגער צוריקגעצויגן. קורץ שפעטער האט מען באקומען די וואל רעזולטאטן פאר די קאנגרעס: פון 220 פארטרעטער, זינד נאר 98 געווען פון די פרומע לאגער. מיט הילדעסהיימער ארויס, ס'נישט געווען קיין מעגלעכקייט צו האבן א מערהייט דארט. אין דעזיגער מאמענט, טויכטע מהר"ם שיק אלס פירער דער ארטאדאקסן, אפילו וואס ער האט קיין אפיציעלע אמט: ער האט ענטשידעט וואס מ'דארף שיקען די רעגירונג א דעקלעראציע וואס די פרומע וועט נישט אננעמען די קאנגרעס-באשלוסן אז זי וועט נישט פאסן די הלכה ווי אירע רבנים זי מפרשים זיין. פון איצט, איז ער געווען דער מנהיג.

אום כ"ו כסלו האט די קאנגרעס געעפנט. די עניינים געשמיסט זינד געווען די תקנות פון די געפלאנטע לאנדישער ארגאניזירונג, די אויסבילדונג פון קינדר - די רעגירונג האט קורץ פריער, אום ג' תמוז, אן אלגעמיינע שולפליכט געזעץ אנגענאמן - און אנדערע פארוואלטונג'ס זאכן. אין אנהייב האבן די פרומע מורא וואס עטוועש זאל ערצווינגען די קאנגרעס-תקנות, און דעריבער האבן זי געווען פשרות'דיק. שפעטער האבן זי פארזוכט דעם קאנגרעס צו פאראליזירן מיט פארשידענע פארשלאגן. אום כ"ב שבט ה'תרכ"ט האבן די ארטאדאקסן געמאכט אן אולטימאטום: די קאנגרעס זאל דעקלערירן וואס אלע תקנות וועט זיין געגרינדט "אויף די תורה און תלמוד, ווי זי איז מפרש געווען אין שולחן ערוך." היסטאריקער יעקב כ"ץ גלויבטע וואס דער אולטימאטום איז געווען א רייצונג, צו באווייזן דאס די זאמלונג מאכט א רעליגיאזע נייטונג, און אזוי וועט זי האבן אן אנלאס צו ארויסטרעטען. דער קאנגרעס פרעזידענט, הירשלער, האט אפגעזאגט די אולטימאטום צו בריינגען קיין וואל; ער האט געזאגט עס איז א רעליגישע זאך, און זי האבן נישט די אויטאריטעט דאס צו שמיסען. דער נעאלאגישע ר' יעקב שטיינהארט נאנטע די פרומע "חסידים שוטים" וואס זענן זעלבסט פארבלאנדזשען פון די שו"ע און "בודה חומרות מלבו." צווי טאגע שפעטער, אום כ"ד שבט, האט ליב האלענדער געפראגט אין זיין רעדע "אלס די רבנים זינד נישט קלוג גענוג צו האנדלען אונע שיטות קאפירט פון די לענדער ביסמארק'ס?", א רמז פאר רש"ר הירש'ס שטיצונג. דעם זעלען טאג האבן 48 פרומע דעלעגאטן ארויסגעטרטן אין פראטעסט. אום ה' אדר שיקטען זי א בריוו פון מחאה צו דעם מיניסטער. די קאנגרעס איז בעשלאסן געווען אום י"ב אדר ה'תרכ"ט. די ארטאדאקסישע דעלגירטן וואס האט געבליבן, ווי הילדעסהיימער, האבן מצליח געווען די זעמינאר פראגע אפווארפן, מיט די טענה וואס דאס איז אויך א רעליגיעזע זאך. אבער די מייסטע פארשלאגן פון די פארטשריט-פארטיי הירשלער'ס זינד געווען אקצעפטירט.

די טיילונג

רעדאַקטירן

א דעלעגאציע פון פינף רבנים האט געטראפן מיט דעם קייסער פראנץ יאזעף אום י"ב ניסן, און האט געבעטן אז די ארטאדאקסן זאלן נישט ווערן ערצווינגען צו אקצעפטירן די קאנגרעס תקנות. די צוזאמענטרעף האט קיינע רעזולטאטן, און דער קייסער האט באשטעטיגט די תקנות אום ה' תמוז. "שומרי הדת" האט מפציר געווען די ציבור נישט צו באטייליקן זיך אין די וואלן פאר דער נייער געפלאנטער ארגאניזאציע. אנהייב תר"ל, האבן זיי געשיקט דעם אונגארישן פארלאמענט א פעטיציע פון 150 קהילות, מיט רבנישע הסכמות פון גאנץ אייראפע, וואס האט בעהויפטעט דאס די קאנגרעס תקנות זענען קעגן די מסורת און דת. אום שושן פורים ה'תר"ל האט דער פארלאמענט איינשטימיג מכריז געווען אז די פראגע איז דאך א רעליגיאזע זאך, און ס'איז מותר נישט פאר דער רעגירונג זיך אריינצומישען. "שומרי הדת" האט באקומען רשות צו גרינדן אן אייגענע, ארטאדאקסישע קהילות נאציאנאל-ארגאניזאציע.

אום ט' אדר ה'תרל"א איז די קאנגרעסליכן פאראיין, "די נאציאנלע יידישע קאנצליי" (Az Izraeliták Országos Irodája), געגרינדט געווארן. כמעט אלע קהילות וואס זענען געווען אין שליטה פון די נעאלאגן האבן פארבינדן זיך אן די קאנצליי. אום ב' כסליו ה'תרל"ב האט די רעגירונג אנעקראנט די דערווייליקע "דורכפירונג-קאמיסיאן פון די ארטאדאקסישע יידן אין אונגארן או זיבנבערגן" - וואס איז געווען פארבייטעט מיט די שטענדיקע "צענטראל-קאנצליי פון די אויטאנאמישע ארטאדאקסישע קהילות אין אונגארן" (Magyarországi Autonóm Orthodox Izraelita Hitfelekezet Központi Irodája) נאר אום י"ב טבת תרס"ו - און די טיילונג איז געווארן א געריכטליכע ווירקליכקייט. ארום אונגארן, א סך קהילות זענען געווען צעשפליטעט: אין פעשט, די צענטער פון נעאלאגיע, זענען די ארטליכע ארטאדאקסן געווען פון די ערשטע ארויסצוטרעטן פון דער אלטער, פאראייניקטער קהילה צו גרינדן א נייע, וואס פארבינדט זיך צו די קאמיסיאן. אויך אין אונגוואר, אין די ארטאדאקסישע פעסטונג אין אונטערלאנד, א קליינע גרופע האט פארלאזט די געמיינדע צו פארבינדן מיט דער קאנצליי.

ס'איז געווארן אויך א דריטע מין פון קהילות, דער קלענסטער, וואס איז געבליבן זעלבטשטענדיק און האט נישט פארבינדט מיט קיין ארגאניזאציע. דעזיגע זינד געווען די "שטאטוסקווא" קהילות. עטליכע גרויסע רבנים האבן נישט געוואלט זיך שליסן מיט די קאמיסיאן צוליב פארשידענע טעמים: ר' ירמיהו לעוו האט נישט פארבינדעט אויהעל מיט זי זיין גאנצן לעבן, און אזוי האט אויך הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים געמאכט אין דער סיגעטער קהילה. ביידע געמיינדעס זענען געבליבן פאראייניקט און אומאפהענגיק. אויך א קליינע צאל פון נעאלאגישע קהילות האבן נישט געוואלט אריינגיין אין די קאנצליי, און בלייבן אלס שטאטוסקווא. ס'איז געווען געמיינדעס וואס האט זיך צערשפליטעט אפילו אין דריי. א סך חסידים, וואס האבן מורא פון די מתנגדים אין דער קאמיסיע, גרינדטען שטאטוסקווא קהילות. מהר"ם שיק האט געשריבן וואס דעזיגע די זיך נישט פארבינדן מיט די קאמיסיאן זינד עוברים על "לא תעמוד על דם רעך." די יידן אין אונגארן זינד געבליבן צעשפליטערט; אפילו היינט ס'איז א נעלאגישע, ארטאדאקסישע און שטאטוסקווא (איצט געפירט פון חב"ד) ארגאניזאציעס אין די לאנד. און דאך, האבן זי אויך צוזאמענגעארבעט, הויפטליך נאך די ערשטע וועלט מלחמה, ווען די רעגירונג אין געווארן מער און מער אנטיסעמיטיש, און באזונדערש ווערענד די חורבן. און שוין אין אנהייב פון דעם 20סטער י"ה האבן די נעאלאגן און ארטאדאקסן ביידע געאויסערט זיירע פיינדליכקייט צו ציוניזם.

נעץ פארבינדונגן

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן