אונגוואר
אונגוואַר (אוקראיניש: Ужгород אוזשהאראד; רוסיש: Ужгород אוזשגאָראָד) איז א שטאט אין אוקראינע, נישט ווייט פון דער גרעניץ מיט אונגארן, פוילן און רומעניע. אונגוואר איז די הויפט שטאט פון דעם קארפאטן ראיאן. עס געפינט זיך 30 ק"מ פון מונקאטש און נאנט צו דער גרעניץ ביי דער שטאט טשאפ.
rada-uzhgorod |
|
אידן אין אונגוואר
רעדאַקטירןאין אונגוואר פלעגט זיין פאר דער צווייטער וועלט קריג א גרויסע קהילה פון אידן, מיט באוואוסטע און בארימטע רבנים. ווי הגאון המהר"ם א"ש און הגאון ר' חיים צבי מאנהיימער און הגאון דער "בעל קיצור שולחן ערוך" - ר' שלמה גאנצפריד.
אין יאר ה'תרע"ב, זונטאג ט"ז טבת איז דארטן אויפגענומען געווארן פאר א געוויסער תקופה הרב יונתן שטייף אבד"ק עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, וואס שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין און בודאפעסט
נאך דעם קריג
רעדאַקטירןנאך דער קריג זיינען צוריקגעקומען הונדערטער אידען צו דער שטאט, און היינט לעבן דארט ארום טויזנט אידן. אין די לעצטע יארן, איז דארט געקומען א ליובאוויטשער שליח צו דער שטאט, הרב מנחם מענדל ווילהעלם און ער איז דער שטאט-רב און הויפט רב פון דעם קארפאטן ראיאן.
אין אמעריקא
רעדאַקטירןאין בארא פארק האט געוואוינט הרב מנשה קליין (ווערט באקאנט אלס "מנשה הקטן") אונגווארער רב, און מחבר ספרי משנה הלכות.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןדי היינטיקע צווילינג שטעט פון אונגוואר זענען:
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Städtepartnerschaften und Internationales (German). Büro für Städtepartnerschaften und internationale Beziehungen. דערגרייכט דעם 26סטן יולי 2013.
- ↑ Twin cities of the City of Kosice. Magistrát mesta Košice, Tr.. דערגרייכט דעם 27סטן יולי 2013.
- ↑ Krosno Official Website – Partner Cities (Polish). Urząd Miasta Krona. דערגרייכט דעם 23סטן אקטאבער 2008.
- ↑ Jarosław Official Website – Partner Cities (Polish). Urząd Miasta Jarosław. Ul. Rynek 1, 37–500 Jarosław. דערגרייכט דעם 23סטן אקטאבער 2008.
- ↑ Protocol de colaborare Ujgorod-Satu Mare (Romanian). www.satu-mare.ro. דערגרייכט דעם 27סטן יוני 2009.