דזשוּליע 'רות רוּבּין' קאַדרעין (ענגליש: Julia R. Cadrain) (געבוירן ל' חשון תשמ"ג), אויך באוואוסט אלס דזשוּליע קאַטץ, איז די חזן שני אין צענטראל סינאגאג אין מאנהעטן.

זי איז אויך א סערטיפייד יאוגע אינסטרוקטער און בני מצוה לערערקע.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

זי איז אויפגעוואקסן אין וועסט הארטפארד, קאנעטיקוט.

זי איז די עלטסטע פון דריי טעכטער.

איהר מאמע דיאַנאַ (Diane Cadrain), א דזשורנאליסטקע, ארטיסטקע און אדוואקאט, איז אויפגעוואקסן קאטויליש און געהייראט איהר מאן, יוסף רובין, וואס איז אויפגעוואקסן יודיש.

זי האט שטודירט אין די ניו ענגלאנד קאנסערוואטארי אין באסטאן וואו זי האט באקומען איהר בעטשלער'ס דעגרי אין מוזיק און א מעידזשאר אין שטימע פאָרשטעלונג.

שפעהטער האט זי באשלאסן צו ווערן א חזן. זי האט זיך מגייר געווען לויט די הלכה און אין 2012 האט זי באקומען סמיכה פון היברו יוניאן קאלעדזש, ווערנדיג פון די סאמע ערשטע סטודענטן צו גראדואירן פון די שולע אלס חזן.

זי האט געדינט אלס סטודענט קאַנטאָר אין עדת חברים אין פלאַנאָו טעקסאס און אין טעמפל עדת ישראל אין סעג הארבאר, לאנג איילענד בעפאר זי איז אויפגענומען גיווארן צו דעם פרעסטידזשפוהלן פאסטן אין צענטראל סינאגאג.

זי האט געהייראט צו מארק כץ אום ב' חשון תשע"א אין טעמפל הבנים אין בארינגטאן, ראוד איילענד.

זי וואוינט אין פארק סלאופ, ברוקלין.

זי האט א גאר זיסע דינע שטימע, וועלכע קען גיין גאנץ הויעך.

עס איז אויך היפש בייגעוודיג און זי שיינט צו זיין גוט געלערנט ווי אזוי עס לייכט צו מאנעוורירן.

פאליטיקעל מיינונגען

רעדאַקטירן

זי איז רעגיסטרירט אלס דעמאקראט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן