שלום יוסף פרידמאן (שפיקוב)
רבי שלום יוסף פרידמאן זצ"ל (ה'תרל"ח - פורים י"ד אדר ה'תר"ף), פון שפיקוב.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שלום יוסף איז געבוירן אין באהוש אין יאר ה'תרל"ח, צו זיין פאטער הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזיבוז.
רבנות
רעדאַקטירןנאך זיין תחונה איז רבי שלום יוסף אריבער פון ראמעניע קיין רוסלאנד אין זיך באזעצט אין שפיקאוו ביי זיין שווער. ער איז געווען דער איינציגסטער רוזשינער אייניקל וואס האט געהאט ערלויבעניש צו וואוינען אין רוסלאנד.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי שלום יוסף איז נפטר געווארן פורים י"ד אדר ה'תר"ף ער ליגט אין שפיקאוו.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שלום יוסף האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון שפיקאוו, אן אייניקל פון רבי איציקל סקווערער. זייערע קינדער:
- הרב דוד פרידמאן הי"ד (ה'תרנ"ח - כ"ז חשוון ה'תש"א) פון פלויעשט.
- הרב יצחק פרידמאן (דער צווייטער) (כ"ו אייר ה'תרס"ג - י"ד מנחם אב ה'תשנ"ב), פון באהוש און שפיקוב ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
- הילד ישראל, ער איז פלוצלינג טראגיש נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ף, אין ליגט נעבען זיין פאטער
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (56)