אנדזשעלינא דזשאלי
אַנדזשעלינאַ דזשאָלי (ענגליש: Angelina Jolie; געבוירן דעם 4טן יוני 1975) איז אן אמעריקאנער פילם אקטריסע, א געוועזענע מאדע מאדעלקע, און א יו.ען הומענטארישער ארבייטער פאר פליטים.
געבורט |
4 יוני 1975 (אלט 49) לאס אנדזשעלעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, קאמבאדיע |
אונטערשריפט | |
זי ווערט אפט באטראכט און אנגעוויזן אין די פאפולערע מעדיע אלס איינע פון די וועלט'ס שענסטע פרויען און איר פערזענליכער נישט אויפן סקרין לעבן איז ברייט באריכטעט.
זי האט שוין באקומען 3 גאלדן גלאובס פרייזען, 2 סקרין עקטערס גאולד פרייזען, און אן אסקאר.
זי האט שין אנגעהויבן איר שפילן קאריערע אלס קינד ווען זי האט אויפגעטרעטן מיט איר פאטער אין א 1982 פילם, איר האליוואד אויפגייענדער שטערן האט זיך אנגעהויבן א צען יאר שפעטער און 1993 און זינט דאן האט זי שוין געאקט אויף פילצאליגע מאוויס.
זי האט דערגרייכט אינטערנאציאנאלע באקאנטשאפט אלס רעזולטאט פון שפילן אלס לארא קראפט אינעם פילם "לארא קראפט: טומב ריידער" (2001) און זינט דאן איז איינע פון די מערסטע באצאלטסטע אקטיארן אין האליוואוד.
פערזענלעכע לעבן
רעדאַקטירןזי איז אפגעגט שוין פון צוויי מענער וואס זענען אויך גרויסע אקטיארן, זשאני לי מילער און בילי באב טראנטאן, און זי לעבט איצט מיט א דריטן גרויסן אקטיאר, ברעד פיט, און א אישית וואס טוט ציען טעגליכע דעקונג פון די וועלטס פרעסע איבער אלע זייערע אקטן און רורן אין פערזענליכען לעבן. [1]
דזשאלי האט זעקס קינדער: דריי זין און דריי טעכטער. דריי פון זיי זענען געווען אדאפטירט, און די אנדערע דריי זענען ביאלאגיש.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ The Brangelina fever. Reuters. February 6, 2006. Accessed April 14, 2007.