ברעד פיט
וויליאם ברעדלי פּיט (ענגליש: William Bradley Pitt; געבוירן דעם 18טן דעצעמבער 1963) איז אן אמעריקאנער פילם אקטיאר און פראדוצירער.
געבורט |
18 דעצעמבער 1963 (אלט 60) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קאריערע
רעדאַקטירןפיט איז געבוירן געווארן אין אקלעהאמע אויפגעצויגען אין מיזורי פרובירט זשורנאליזום און אין 1986 איז ער אריבער געפארען קיין האליוואד אויספרובירען זיין גליק מיט א נישטיגע $325 דאלער אויף אים.
און 1988, די ערשטע מאהל געווען אין א געהעריגע פילם פארדינט פאר דעהם א וואך $1,523 פאר זיבן וואכן. ביז 1991 ווי ער האט אנגעהויבן מיטען שפיץ ארויף געווען אין דריי פילמען, אקאדעמיע פריז געוואונען אין 1995, באוואוסט פון די פילמען "קעמף קלוב" (1999), "מיסטער און מיסז סמיט" (2005), "די אשענס" און נאך.
אין 2006 איז ער געווען דער 20'סטע אויפן ליסט ביי פארבס פון די 100 ערשטע מערסט פאפולערער פיגור'ס צוליב זיין סעקסואלען אויסזעהן און טאלאנירטע ווערק - זיך טרעפן מיט אנדזשעלינא דזשאלי און אפ'פטר'ן זשעניפער עניסטאן האבען א סאך צוגעגעבען צו די בּאָז.
ער האט פארדינט די יאר א געשאצטע 25 מיליאן דאלער. ברעד פיט איז נאכאמאל אין 2006 נאמינירט געווארן אלץ די סעקסיעסט מאן אויף די פלאנעט וואס לעבט, דורך א אנקעטע פון ניו יומען מאגאזין - "New Woman magazine" - וואו איבער 10,000 פרויען האבען זיך באטייליגט.
אין 1995 איז ער געווארן ערוועלט אלץ איינער פון די 25 אטראקטיווע אקטיארן פון אלע צייטען.
וועבלינקען
רעדאַקטירןברעד פיט ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)