רבי אלעזר רובין זצ"ל (ה'תרכ"ג - ט"ז טבת ה'תרצ"ג), פון סאסאוו גלאגאוו, מחבר ספר זכרון אלעזר.

רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ג צו זיין פאטער הרב יעקב יוסף רובין, רב אין גלאגאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין, רב אין גלאגאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. מרת העסא א טאכטער פון הרב אלעזר פון קאזשניץ..

רבי אלעזר איז געווען רב אין סאסאוו, אין יאר ה'תר"ף ווען זיין ווייב איז נפטר געווארן איז ער געפארן קיין אמעריקא, דארט האט ער געעפנט זיין בית המדרש אין אנגעפירט מיט דער סאסאווער רביסטעווע אין ניו יארק.

רבי אלעזר איז נפטר געווארן אין ניו יארק, ט"ז טבת ה'תרצ"ג.

רבי אלעזר האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון רבי אורי פון ראהטין זצ"ל

  • הרב אלימלך רובין הי"ד מח"ס מעלפת ספירים

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת רעכיל, א טאכטער פון רבי שלמה מייער, פון סאסאוו. זייערע קינדער:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר