טוביה הורוויץ (שענדישוב)

רבי טוביה הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ה - י"ב ניסן ה'תש"א), רב אין שענדישאוו.

רבי טוביה איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב אברהם הורוויץ רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת רייזא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל וויינבערגער פון דוקלא.

אין יאר ה'תרס"ה נאך דער פטירה פון זיין פאטער, איז רבי טוביה געווארן רב אין שענדישאוו.[1] נאך דעם ערשטן וועלט קריג האט רבי טוביה זיך באזעצט אין קראקע. צווישן די יארן תרפ"ב און תרפ"ז האט ער באזוכט אין ניו יארק, וואו ער האט געגרינדעט די "עזרת אלמנות ויתומים".

רבי טוביה איז אומגעקומען דורך די נאציס י"ב ניסן ה'תש"א נישט ווייט פון לובלין, וואו מען האט אים קובר געווען.[2]

רבי טוביה האט געהייראט מרת טשארנע א טאכטער פון הרב אשר משה לעמל דים. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם הורוויץ (אומגעקומען אין חורבן), ער האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב אלימלך תאומים-פרענקל, אב"ד יאוואראוו.
  • הרב חיים יעקב הורוויץ (אומגעקומען אין חורבן), אן איידעם פון הרב חיים פינטער אב"ד בוקאווסק.
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב שלמה יעקב זיידא אייכנשטיין.
  • מרת צפורה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אלימלך ריינמאן.
  • מרת ביילא
  • הבתולה רחל, הי"ד.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 270
  1. אלפסי שרייבט אז ער איז געווארן רב אין שענדישאוו ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט.
  2. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 270, ירושלים תשנ"ה
    א.ל.ג. ברענגט תרפ"ג אבער ער אליין ברענגט א קאפיע (נאכדרוק) פון א בריוו דאטואירט תרצ"ה
  3. שער בלאט פון "שערי חיים"