אליעזר בערלאנד

(אַריבערגעפֿירט פון אליעזר ברלנד)

אליעזר בערלאנד (געב' חיפה ה'תרצ"ז) איז א בראסלעווער משפיע, פון אלטשטאט ירושלים, ער גייט מיטן ירושלים'ער פֿולן לבוש, וואס האט קודם געלערנט ביי די ליטווישע עליטישע חינוך סיסטעם אין כפר חסידים ישיבה און אין פאנאוועזשער כולל. דערנאך איז ער געווארן א קנאי. אין מרחשון תשע״ז איז ער פאראורטיילט געווארן צו תפיסה נאכדעם וואס ער האט מודה געווען צו געוויסע עבירות.

פארטיפט מיטן פוסק הדור הרב יוסף שלום אלישיב

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן צו חיים בערלאנד און זיין ווייב עטיה (געבוירן סטרולאוויטש), א מזרחיסטישע משפחה אין חיפה. ער האט געלערנט אין דער כרם ביבנה ישיבה. ביי דער עלטער פון 17 און א א האלבן האט ער אנגעהויבן לערנען אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים וואו ער איז געבליבן דריי יאר. ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער חתונה געהאט מיט תהילה שאקי, אויך מיט א מזרחיסטישן אויסקוק. דאס פארפאלק האט געוואוינט צוערשט אין בני ברק. איין חודש האט ער געלערנט אינעם פאנאוועזשער כולל און דערנאך אינעם וואלאזשינער כולל אין בני ברק.

ער גייט נישט צו די בחירות. און ביז ביבי נתניהו'ס אויפשטייג האט ער געארבייט קעגן בחירות. אבער זינט מ'האט אנגעהויבן צוריקגעבן שטחים פאר די אראבער האט ער געטענה'ט אז די אראבער איז ערגער ווי ציונים און ער האט אנגעהויבן אנטייל צו נעמען אין דעמאקראטישע וואלן, און אזוי פארענטפערט ער דאס אז ער איז א גרויסער ציוני.

זיין ישיבה "שובו בנים" איז די הארץ פון די אראבישע געגנט אין אלט שטאט. עטליכע מאל איז פארגעקומען שטעכערייען צו זיינע בחורים, דאס איז דער גרעסטער בנין אין אלט שטאט מיט שומרים.

ער האט זיך גערופן א גרויסער עובד און תלמיד חכם עצום, ביז עס איז נתפרסם געווארן וואס ער טוט במסתרים מיט נשואות ובתולות.

א דאווענען ביי אים אין ישיבה האט געדויערט שעות ארוכות מיט טענץ און עבודות.

אזעלכע בעלי תשובות פון זיינע תלמידים זיינען געוועזן גרויסע גענעראלן אין דעם ישראלישן מיליטער וואס האבן איבערגעלאזט אלץ און זענען געווארן בעלי תשובה.

קרימינעל

רעדאַקטירן

אין נאוועמבער 2013 האט בערלאנד פארלאזט מאראקא נאך א באפעל פונעם קעניג מוכאמאד דער זעקסטער, און ער איז אריבער אין זימבאבווע.


נאוועמבער 2016 איז בערלאנד באשולדיקט געווארן דורכן געריכט אין שאנד-אקטן מיט עטלעכע פרויען, ער איז באשטראפט געווארן צו זיצן 18 מאנאטן אין תפיסה. רבני ברסלב, פון זיי ר' יעקב מאיר שעכטער, האבן מפרסם געווען א קול קורא קעגן בערלאנד אז ער איז א "תועה ומתעה בעיקרי ויסודי הדת וההלכה ובפרט בענייני קדושה ומהווה תקלה וסכנה נוראה וחמורה"

מעשה ש״ץ

הגה״ק רבי יעקב מאיר שעכטער מיט נאך גדולי צדיקי וחסידי ברסלב, זאגן אז ברלנד איז מעשה ש״ץ רח״ל. ברלנד איז נישט נאר א רב פון א קהלה אדער א רבי פון חסידים, ער פרעדיגט אז א צדיק איז א גאט וואס מען קען דאווענען צו אים, זיינע חסידים גלייבן אין באשעפער בשותף, נישט אנדערש ווי יוסף בן מרים און שבתי צבי ימ״ש. מען דאווענט צום רבין, און מען רעדט בלשון נוכח: לעזער איך דארף געלט. ברלנד זאג אז פונקט ווי כביכול גאט ב״ה איז כל הארץ כבודו וכו׳ אין גבול וואס נאר דער אייבישטער אליין פארמאגט, און ה״ה ביים רבין. ער פרעדיגט פאר זיינע נאכפאלגער אז רח״ל ער האט די זעלבע כוחות ווי דער באשעפער וואס פירט די וועלט. זיינע חסידים פארציילן אותות ומופתים באדמת בני חם אויף זייער רבין.