איראן-איראק מלחמה

(אַריבערגעפֿירט פון איראן איראק קריג)

די איראן-איראק מלחמה, אויסגעבראכן 22סטן סעפטעמבער 1980, און געקומען צו א פייער שטילשטאנד אפמאך 20סטן אויגוסט 1988. די קריג האט אויסגעבראכן, צוליב גרעניץ געפעכטן צווישן די צוויי לענדער. אין דער געגנט פון כאזעסטאן, אדער אראביסטאן, וואס געפונט זיך נאנט צום שאט על אראב טייך, וואס פליסט אריין אין דער פערסישער איינגאס, דער טייך שאט על אראב, האט געדינט אלס גרעניץ פונקט צווישן איראק מיט איראן.

בילדער פון דער איראן-איראק מלחמה
איראן-איראק מלחמה 22סטן סעפטעמבער 1980 טעהראן

שאט על אראב, איז א טייך לאנג 200 קילאמעטער, וואס פאנגט זיך אן אין איראק, ביי דער טרעפונג פון די צוויי גרויסע טייכן, פרת און די חידקל. שוין פאר הונדערטע יארן, האט די טייך געדינט אלס גרעניץ, צווישן לענדער אין די ראיאן, און מלחמות צווישן די לענדער. אין די מאדערנע היסטאריע, איז די טייך די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער איראק און איראן.

דער איראן-איראק מלחמה האט זיך אנגעקומען ווען סאדאם כוסעין וועגנדיג אויסנוצן די כאאס וואס האט געהערשט אין איראן נאכפאלגענדיג די איראנער איסלאמישע רעוואלוציע האט אינוואדירט איראן מיטן ציל איינצונעמען די אוילרייכע פעדער אין דרום מערב איראן,

דורכאויס דער אכט יעריגע מלחמה זענען געהרגט געווארן איבער א האלבן מיליאן ציווילער צווישן ביידע זייטן.

דורכאויס די גאנצע מלחמה האט אמעריקע און די מערב וועלט געשטיצט סאדאם מיט געווער געלט שפיאנאזש און פאליטישע שטיצע, אויך האט איראק באקומען פון די מערב וועלט אריינגערעכנט אמעריקע טעכנאלאגיע און רוימאטעריאל פון וואס סאדאם האט געמאכט מאסן פארניכטונג וואפן, וואס ער האט גענוצט ציווישן אנדערע אויף איראנער ציווילע בירגער און אויך זיינע אייגענע איראקער קורדן. איראן איראק קריג איז געווען דער לענגסטער קריג אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט.

אין יאר 1975, איז דער סיטואציע אין איראק געווען א שוואכע, נאך א רעוואלוציע, וואס די קורדן האבן אנגעפירט אין צפון פון לאנד, דעריבער האט סאדאם כוסיין, אונטער געשריבן אן אפמאך, מיט די שאה פון איראן, וואס געט א טיילווייזע קאנטראל פאר איראן איבערן טייך.

אין יאר 1979, האט זיך אנגעפאנגען די איסלאמישע אויפשטאנד אין איראן. כומעיני, האט פארארדענט דאס הינריכטן פון אסאך קאמאנדירן פון די ארמיי, וואס האט צוגעברענגט צו אן אפשוואכונג אין זייער כח. צו דעם אלעם, האבן איראנע עקסטרעמיסטן פארכאפט די איינגעשטעלטע, וואס האבן זיך געפונען אין אמעריקאנער אמבאסאדאר געביידע, אין טעהראן, און די פארכאפטע פארהאלטן. די אמעריקאנע וואס זענען געווען די עיקר שטיצע פון געווער, האבן אפגעשטעלט זייער הילף, און דאס האט צוגעגעבן צום אזוי אויך אפגעשוואכטע ארמיי.

סאדאם האט דעריבער געזען א גוטע געלעגנהייט, סיי צוריק צובאקומען פולע קאנטראל אויפן טייך, און אויך אייננעמען כאזעסטאן פון איראן וואס איז פיל מיט נעפט. צו דעם אלעם איז די באפעלקערונג, פון די געגנט אראביש, און נישט פערסן, האט זיך געדאכט כוסיינען אז זיי וועלן אים ארויסהעלפן.

די ערשטע אפענסיווע פון איראק, האט געהאט סוקסעס, און איראק האט איינגענומען געגנטער מערב פון די טייך, צוזאמען מיט א פארט. די איראנע מיליטער האט זיך אויסקורירט פון איר קלאפ, און אנעהויבן צוריק שטויסן די איראקע ארמייען. אנהייב יאר 1982, זענען שוין נישט געווען קיין איראקע זעלנער, אויף איראנע באדן. א טייל פון איראנער סוקסעס, איז צו פארדאנקן זייערע רעליגיעזע עקסטרעמיסטישקייט, און אויך פארן מאביליזירן קינדער צום "באסידזש", זיך אויפרייסן און באגיין זעלבסטמאד, אויף מינע פעלדער, אדער צווישן איראקע זעלנער.

כומייני האט געטענהט, אז ער הערט נישט אויף דאס קריג, ווילאנג סאדאם איז ביי די מאכט. די איראנע ארמיי, האט אין זייער קאנטער-אטאקע, אינוואדירט איראק, מיט דערפאלג. די איראקע ארמיי האט אלס ענטפער, צוריק געשאסן כעמישע וואפן.

די איראנע זענען אריבער די שאט על אראב טייך צו מזרח זייט, און איינגענומען אסאך געגנטער אויפן איראקע זייט. ביי די קריג זענען אסאך שטעט באמבאדירט געווארן דורך עראפלאנען, אדער ווייט שטרעקיקע מיסילס. ווי ציווילע אינפראסטרוקטור, און אייריכטונגען זענען געשעדיקט געווארן. אין 1985, האבן אלע ביידע זיך גענומען באשיסן די הויפטשטאט פון צווייטן, באגדאד און טעהראן.

די פאראייניקטע שטאטן האט אנגעהויבן לייגן דרוק, צו פארענדיקן די קריג, ווען איראן האט אטאקירט נעפט פון קאווייט. די וועלט האט זיך אויפגערעגט אויף איראן וועגן דעם, און איראן האט נישט באקומען די אמוניציע, צו קענען ווייטער אנפירן די קריג. צו דעם אלעם, האט א מינע געטראפן אן אמעריקאנע קריגס שיף, און אלס נקמה האט אמעריקע אין אפאר שעה פארניכטעט א האלבע ים פלאט פון איראן.

אין יולי 1988, האט די פאראייניקטע פעלקער אויסגעארבעט, א פייער שטילשטאנד אפמאך, אין וועלכע ביידע לענדער ציען זיך צוריק, צו די גרעניץ פון איידער די קריג.

די נאכווייען זענען געווען שרעקליך, איבער א מיליאן אומגעקומענע איראנע, און א 350,000 איראקע, צוליב די אומקאנווענציאנעלע וואפן, וואס איראק האט געשאסן אויף איראן, און נאך א גרעסערע צאל פארווונדעטע.

די מערב וועלט, און רוב אראבישע לענדער, האבן געשטיצט איראק, אויך אריינגערעכנט די ראטן פארבאנד לענדער.

איראן האט געהאט שטיצע פון סיריע, ליביע, און רוב פון זייערע וואפן איז געקומען פון כינע און צפון קארעע. א סקאנדאל גערופן איראן-קאנטראס, אדער איראנגייט, וואס איז געווען אן אמעריקאנע, און ישראלדיקע קאנספיראציע, צו פארקויפן געווער צו איראן.