יידישע אויסדרוקן
די אידישע אויסדרוקן פון אידיש שפראך גייט צוריק הונדערטער יארן, דורך די יארן איז כסדר צוגעקומען מער און מער טיטלן. דער בלאט פרובירט צו ברענגען טיטלן אונטער איין ארטיקל.
דרייען מיטן פינגער
רעדאַקטירן- דרייען מיטן פינגער איז אזא אויסשפראך וואס מען זאגט אויף איינעם וואס דרייט צופיל דעם קאָףּ, געווענליך ווייל ער האט נישט עפעס בעסער צוזאגן.
- אויך ווען מען איז זיך מתפלפל אין גמרא דרייט מען מיטן פינגער. אין בילד זעט מען הרב שך דרייט מיטן פינגער אינמיטן א שיעור. עס קומט פון דעם וואס ביים לערנען דרייען אסאך למדנים מיטן גראבן פינגער אויף מסביר זיין זאכן וואס ווערטער קענען נישט מסביר זיין.
ליל ששי אידן
רעדאַקטירןליל ששי אידן זענען אידן וואס זייער שייכות צו אידישקייט גייט האנט אין האנט מיט די פולע תענוגים אדער באקוועמליכקייטן פון וואס עס פארדינען די וואס פירן זיך אויף אידיש, אין אנדערע ווערטער, זיי זענען מער אריין געטאן אין דעם גשמיות'דיגן חלק פונעם אידישען לעבן ווי אין דעם חלק הרוחניות.
א גיטער ביישפיל איז דער ענין פון עסן שבת'דיגע געקעכטץ אין ליל ששי, אנגעהויבן האט זיך דאס דורך די ערליכע מתמידים וועלכע שטרענגן זיך אן אויף צו בלייבן ליל ששי און לערנען נאכאנאנד, האט מען זיי צוגעשטעלט זיי זאלן טועם זיין פון די פריש געקאכטע שבת'דיגע מאכלים כדי אנצושעפן כוחות פאר די פילע שעות פון פלייסיג לערנען. זענען געקומען אויך די וואס האלטן נישט ביים לערנען נאר האבען אויך געוואלט הנאה האבען פון דעם תענוג, אזוי ארום האבן די סארט אידן אנטייל גענומען אינעם חלק האכילה, אן מקיים צו זיין אויך דער חלק היגיעה אין לערנען. היינט צוטאג'ס האבן זיך פארמערט די לעצטע גרופע פילפאכיג, אז פון די אריגענעלע האט מען שוין כמעט פארגעסן.
די ליל ששי אידן קענען באטראכט ווערן ווי מענטשן וועלכע זוכן הנאה צו האבען פון ביידע וועלטן, פון איין זייט - ווען עס קומט צו רוחניות - ווילן זיי זיך נישט איבערשטרענגן אדער נאכגעבן פון וועלטליכע תענוגים וואס ווערט בדיעבד ערלויבט ע"פ תורה, און פון די אנדערע זייט - ווען עס קומט צו גשמיות - ווילן זיי דאס מערסטע הנאה האבן פון די בענעפיטן וואס דער אידישער דרך החיים שטעלט צו.
שבח אידן
רעדאַקטירןשבח אידן זענען די וואס האבן ליעב צו שמועסן און קולעצען אגאנצןדאווענען אבער ווען עס קומט צו שבח נותנים לו..... וואס איז נאכדעם וואס מען זינגט אל אדון שבת ביים דאווענען, ציפּען זיי זייערע קינדער פון אונטער די טלית אז זיי זאלן דאווענען ערליך.
- עס ווערט גענוצט צו באצייכענען מענטשן וואס טוען אלעס וואס און ווי אזוי זיי זענען צו געוווינט און מען קען זיך מיט זיי נישט איינטענהן אז לויט הלכה קען מען אדער דארף מען טאן אנדערש.
- דער אויסדרוק ווערט אויך גענוצט פאר אידן וואס נעמען נישט אן אידישקייט מיט'ן פולען ערנסטקייט, און ביים דאווענען רוקען זיי זיך אריין אין בית המדרש ווען מען האלט שוין ביי שבח... (טיף אינמיטן), דאס צייגט אויף א קאלטקייט אדער אויף א רואיגקייט פון נעמען אידישקייט גרינג אן זיך איבערצושטרענגן.
- מיט די מאנסי פלייש סקאנדאל האט די טיטול שבח איד צובאקומען א פרישע באדייט בענזאם מיט די פריערדיגע פשט. א איד וואס פונדרויסן איז ער פרום אבער באהאלטן קען ער זינדיגן און מכשיל זיין אנדערע, אזויווי משה פינקל דער בעל הבית פון די שבח פלייש געשעפט וואס האט מאכיל געווען נבילות וטריפות צענדליגער יארן פאר אידישע איינקויפערס, אבער אויסערליך האט ער אויסגעקוקט ווי א גאר פרומע איד.