אברהם הורוויץ (שענדישאוו)

רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (אדר ה'תקפ"ג - ל' שבט ה'תרס"ה), רב אין שענדישאוו.

רבי אברהם איז געבוירן אין אדר ה'תקפ"ג, צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו.

רבי אברהם איז געווען רב אין שענדישאוו אומגעפער פופציג יאר. ער איז געווען א געוואלדיגער מתמיד, און שטענדיג געזעצן און געלערנט.

רבי אברהם איז נפטר געווארן זונטאג אינדערפרי ל' שבט ה'תרס"ה. ער איז געווען דער לעצטער אייניקל פון ראפשיצער רב. זיין ברודער'ס זון דער מעליצער רב האט אים מספיד געווען אין די גרויסע שול, אויך זיין זון דער סטריזשעווער רב האט אים מספיד געווען.

רבי אברהם האט געהייראט מרת ראכיל א טאכטער פון מרת פריידא, א טאכטער פון הרב אברהם זאב וואלף פרענקל דער משיב כהלכה.‏[1]

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת רייזא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל וויינבערגער פון דוקלא. זיינע קינדער:

  • הרב ר' אשר ירוחם הורוויץ פון פיאנטיקאוו (שענדישאווער רבי אין ניו-יארק, נפטר פורים תשט"ו)

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 270
  1. אלפסי שרייבט אז זיין ערשטער שווער איז געווען רבי שמואל הכהן פשעווארסקער (תורת החסידות, צווייטער באנד עמ׳ 334)