שלום ראזענפעלד (ב)
רבי שלום ראזענפעלד זצ"ל (דער צווייטער) (ה'תרי"ג - ה'תר"ץ), רב אין קאמינקא
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שלום איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת שיינדל א טאכטער פון הרב שמואל צבי הירש, פון דרישקאפאלי, א זון פון הרב אלעזר רוקח פון די חכמי בראד (דער פאטער פון דער שר שלום פון בעלזא).
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תרנ"ז נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי שלום געווארן רב אין קאמינקא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי שלום איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ץ (אומגעפער) .
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שלום האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד הי"ד, רב אין פעטעטיטש, נאכהער ממלא מקום פון פאטער, רב אין קאמינקא. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אהרן רוקח פון דאמבראמיל - פרעמיסלא, א זון פון הרב זונדל רוקח, א זון פון שר שלום פון בעלזא. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע קינדער, הי"ד:
- הרב משה (אריה)[1] ראזענפעלד הי"ד.
- הרב חיים יעקב יוסף ראזענפעלד הי"ד, קשאנאווער רבי אין לעמבערג. ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
- הרב מנחם מענדל ראזענפעלד, ביסטריצער רבי, הי"ד. ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראטצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב
- הרב אהרן דוד ראזענפעלד, רב אין יאריטשאוו, הי"ד. ער האט געהייראט מרת הינדא שיינדיל א טאכטער פון זיין פעטער הרב אלטער אייכנשטיין. זייער טאכטער:
- מרת רבקה הענא די ווייב פון הרב אלימלך הורוויץ, יאריטשאווער רב אין ניו יארק.
- הרב יצחק ראזענפעלד, רבי אין ריישא, הי"ד. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים יעקב הורוויץ, רב אין אילונוב. זייערע קינדער:
- הרב אברהם יהושע ראזענפעלד ער האט געהייראט מרת שיינדל א טאכטער פון הרב חיים אלכסנדר ראזענפעלד פון אושפצין.
- הרב ראובן ראזענפעלד הי"ד, דיין אין קאמינקא. ער האט געהייראט א טאכטער פון זיין ברודער הרב נפתלי שמואל צבי ראזענפעלד.
- מרת חנה גאלדא, די ווייב פון הרב שלום ראובן ראזענפעלד, א זון פון איר פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אוהב שלום
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ א.ל.ג. משה אריה, אוהב שלום משה