משה אליקים בריעה אונגאר

רבי משה אליקים בריעה אונגאר זצ"ל (ה'תרי"גכ"א טבת ה'תרע"ז), רבי אין דאמבראווא.

רבי משה אליקים איז געבוירן אין דזשאבנא אין יאר ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.

רבי משה אליקים איז געווען , רבי אין דאמבראווא, אין יאר ה'תרע"ד איז ער אנטלאפן קיין קאשוי.

רבי משה אליקים איז נפטר געווארן אין קאשוי כ"א טבת ה'תרע"ז, און ליגט אין זיידן'ס אוהל אין דאמבראווא.

רבי משה אליקים האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב. בזיווג שני האט רבי משה אליקים געהייראט איר שוועסטער מרת חיה. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר אונגאר, רבי אין קראקא.
  • הרב יצחק אלעזר אונגאר, ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא.
  • די ווייב פון הרב אלעזר פרנס.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר