עפענען הויפטמעניו

רבי אלטער זאב הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י"ד ניסן ה'תר"ץ), רב אין סטריזשעוו.

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי אלטער'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"י (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אברהם הורוויץ רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת פרידא, א טאכטער פון הרב אברהם זאב וואלף פרענקל, דער משיב כהלכה.

רבנותרעדאַקטירן

אין יאר ה'תרמ"ב ווען דער דאמאלסדיגער סטריזשעווער רב - הרב שלמה שפירא - איז געווארן רב אין מונקאטש, נאכהער וואס די סטריזשעווער געמיינדע האט נישט באקומען קיין פאזיטיוון אנטווארט פון מונקאשער רב, ער זאל צוריק קומען אדער שיקן זיין זון הרב משה יהודה ליב שפירא אלס רב, האבען זיי אויפגענומען רבי אלטער'ל רב אין סטריזשעוו. נאך וואס רבי אלטער'ל איז שוין געווען אויפגענימען אלס רב, איז דער מונקאשער רב געקומען מיט זיין זון און אים געמאכט רב. א שארפע קריגעריי האט זיך געשאפען צווישן די שטיצערס פון די צוויי רבנים. א לאנגע אויסגעצויגענע דין תורה איז פארגעקומען, דער דיין פון רבי אלטער'לס זייט, הרב משה אפטער פון טארנא, און דער בורר הרב דוד כהן ראפאפארט פון ראווא האבן ארויסגעגעבן א פסק אז דאס רבנות איז פון רבי אלטער'ל, צו דעם האט צוגעשטימט דער מהרש"ם און דער בית יצחק, דאגעגען האט דער דיין פון פון רבי משה לייב, דער דיין פון בערעגסאז ארויסגעגעבן א פסק אז דאס רבנות איז פון רבי משה לייב, מיט אים האט מיטגעשטימט דער מנחת אלעזר און נאך פארשידענע רבנים פון אונגארן.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי אלטער'ל איז נפטר געווארן אין סטריזשעוו, ערב פסח י"ד ניסן ה'תר"ץ, אין ער ליגט אין דארט.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי אלטער'ל האט געהייראט מרת יהודית א טאכטער פון הרב סענדער ראדימישלער פון מעליץ. זיירע קינדער:

  • מרת חנה, די ווייב פון הרב יוסף חיים פרענקל, פון שענדישאוו.
  • מרת צפורה, די ווייב פון הרב חיים יוסף אייכנשטיין, פון קליווא.
  • מרת ברכה גיטל, די ווייב פון הרב יהושע העשל אייכנשטיין, פון חאדאראוו און שיקאגא.
  • מרת רחמה מירל, די ווייב פון הרב נפתלי אונגאר פון ניימארקט בזיווג שני די ווייב פון הרב מאיר לייפער פון לאס אנדזשעלעס.
  • מרת תרצה די ווייב פון הרב יחיאל עפשטיין א זון פון אזשעראווער רבי'ן.

רעפערענצןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר