אברהם הורוויץ (שענדישאוו)
רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (אדר ה'תקפ"ג - ל' שבט ה'תרס"ה), רב אין שענדישאוו.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אברהם איז געבוירן אין אדר ה'תקפ"ג, צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו.
רבנות
רעדאַקטירןרבי אברהם איז געווען רב אין שענדישאוו אומגעפער פופציג יאר. ער איז געווען א געוואלדיגער מתמיד, און שטענדיג געזעצן און געלערנט.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אברהם איז נפטר געווארן זונטאג אינדערפרי ל' שבט ה'תרס"ה. ער איז געווען דער לעצטער אייניקל פון ראפשיצער רב. זיין ברודער'ס זון דער מעליצער רב האט אים מספיד געווען אין די גרויסע שול, אויך זיין זון דער סטריזשעווער רב האט אים מספיד געווען.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי אברהם האט געהייראט מרת ראכיל א טאכטער פון מרת פריידא, א טאכטער פון הרב אברהם זאב וואלף פרענקל דער משיב כהלכה.[1]
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת רייזא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל וויינבערגער פון דוקלא. זיינע קינדער:
- הרב אלטער זאב הורוויץ (ה'תר"י (אומגעפער) - י"ד ניסן ה'תר"ץ), רב אין סטריזשעוו.
- הרב ר' אשר ירוחם הורוויץ פון פיאנטיקאוו (שענדישאווער רבי אין ניו-יארק, נפטר פורים תשט"ו)
- הרב טוביה הורוויץ (ה'תרל"ח - י' ניסן ה'תרצ"ה), ממלא מקום פון פאטער, רב אין שענדישאוו
- מרת חיה, די ווייב בזיווג שני פון הרב שלמה יעקב אייכנשטיין, א זון פון רבי אייזיק'ל זידיטשובער. בזיווג שני די ווייב פון איר געוועזענער שוואגער הרב משה אליקים בריעה אונגאר פון דאמבראווא.
- מרת שפרינצא די ווייב פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין, א זון פון הרב שלמה יעקב אייכנשטיין, און בזיווג שני די ווייב פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל.
- מרת רבקה די ווייב פון הרב משה אליקים בריעה אונגאר פון דאמבראווא.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער) (ה'תרי"ג (אומגעפער) - ה'תר"ץ (אומגעפער) ), רב אין קאמינקא.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 270
- ↑ אלפסי שרייבט אז זיין ערשטער שווער איז געווען רבי שמואל הכהן פשעווארסקער (תורת החסידות, צווייטער באנד עמ׳ 334)