תל אביב לייכטע באן

געפלאנטע באן סטאנציע

די תל אביב לייכטע באן, באקאנט מיטן נאמען ״דַנקַל״, איז א פלאן צו בויען א לייכטע באן טראנספארטאציע סיסטעם אין תל אביב, ישראל.

א פלאן פאר א לייכטע באן סיסטעם אין גוש דן

אין גוש דן, בויט מען א לייכטע באן סיסטעם, וואס וועט אין געוויסע טיילן דינען אלס אן אונטערערדישע באן, וואס וועט פארן פון פתח תקוה, אריבער בני ברק, רמת גן און תל אביב-יפו קיין בת ים. דער פלאן פון בויען א באן סיסטעם אין תל אביב, איז שוין פון די בריטישע מאנדאטארישע צייטן, וואס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקאמען, און אפילו יעצט איז דא פראבלעמען מיט די שטאטראטן, ווי דער באן פארט אריבער מיטן טראנספארטאציע מיניסטעריום.

די ערשטע ליניע וואס איז שוין אריבער אלע ביוראקראטישע קריגערייען, איז די רויטע ליניע. וואס וועט זיך עפֿענען אין אויגוסט 2023. די ליניע ווערט געבויעט אויף זשאבאטינסקי גאס אין פתח תקוה, ביז תל אביב, אויף מנחם בעגין, ווי זי וועט פארן ביז דער אלטשטאט יפו, און דרום קיין בת ים. אויף א שפעטערע פאזע וועט זי פארלענגערט ווערן ביז קיין ראשון לציון משה דיין באן סטאנציע.

די רויטע ליניע אין לאנג 24 קילאמעטער, פון וואס גייען 10 קילאמעטער אין א טונעל. עס זענען 10 אונטערדישע סטאנציעס און 24 אויף דער ערד. די פֿרעקווענץ פון די טראמען אין די שפיץ שעה׳ן וועט זיין יעדן אנדערט־האלבן מינוט אין דעם אונטערדישן טייל, און יעדן דריי מינוט אין דער אויף־ערדישן טייל‏[1]. עס ווערט גערעכנט אז 70 מיליאן פאסאזישרן א יאָר וועלן פֿארן אויף דער רויטער ליניע.

די גרינע ליניע וואס דארף געבויט צו ווערן פון צענטער ראשון לציון, אריבער קיין חולון, אויף תל אביב, איז אריבער שווערע קריגערייען צווישן די תל אביבע שטאטראט, און דער פינאנץ מיניסטעריום. וויבאלד דער פלאן לויטעט אז דער באן וועט לויפן אויף אבן גבירול בולוואר, די שטאטראט וויל אז די באן זאל לויפן אונטערערדיש, און די פינאנץ מיניסטעריום, וויל נישט באצאלן פארן בויען טונעלן, איז דערווייל גרייט מען צו די ליניע ביז יפו אויפן ערד און בנימין נתניהו האט געפאסט דעם באשלוס אז אין צענטער פון תל אביב וועט די גרינע ליניע לויפן אונטערערדיש פאר פיר קילאמעטער און אין צפון תל אביב וועט דאס ווידעראמאל ארויפקומען אויפן אויבערפלאך פונעם גאס. די ליניע צעטיילט זיך אין צוויי סיי אין דרום און סיי פון צפון פון די שטאט תל אביב, און וועט האבן א פארבינדונגס סטאנציע מיטן רויטן ליניע ביי די קארלבאך סטאנציע אין שטאט. לויטן פלאן וועט די באן ליניע געעפנט ווערן פארן פובליק אין יאר 2024, ווען די צוגרייטונגען צום בויען ווערן שוין געמאכט.

די לילע ליניע איז א באן וואס וועט לויפן פון צענטער שטאט תל אביב ווען ביים אנהייב פון דער ליניע טרעפט זיך די באן מיטן רויטע ליניע, ביי די ארלאזאראוו סטאנציע, אין ארומקרייזן די דרום חלק פון שטאט, דערנאך קיין מזרח ריכטונג צו די שטעט אור יהודה און יהוד, ווי אויך א פארבינדונג צו גבעת שמואל און בר אילן אוניווערסיטעט. די ערשטע צוגרייטונגען זענען שוין געמאכט געווארן און וועט לויטן פלאן געעפנט ווערן אין יאר 2024

די ברוינע ליניע איז א ליניע וואס לויפט אין דרום גוש דן, און איז די איינציקסטע וואס וועט נישט דורכגיין תל אביב זעלבסט. די באן הייבט זיך אן אין מערב ראשון לציון און וועט דורכפארן די משה דיין באן סטאנציע, אריבערפארן לענגאויס די צענטער פונעם שטאט און די מזרח פון שטאט, דארט וועט די באן אריבער קיין באר יעקב, דערנאך צו רמלה און קיין לוד. און די לעצטע פאר חדשים איז באשטעטיגט געווארן א פארלענגערונג צום פלאן, וואס וועט ברענגען די לייכטע באן ליניע צו בן גוריון פליפעלד. די טראנספארטאציע מיניסטעריום האט געגעבן רעכט פארן ראשון לציון שטאטראט פארצוגיין מיטן פלאן און אויפטרייבן געלט, צו פארשנעלערן דאס בויען און עפענען פארן ציבור. דערביי ארבעטענדיג זעלבסטשטענדיק פונעם רעגירונג'ס געשטעלטע געזעלשאפט נתע

אין צוגאב פלאנירט נת״ע, א פולקאמע מעטרא אונטערגרונט באן, וואס וועט פארבינדן די שטעט פון די מעטראפאלין ווי ראש העין, רעננה, רחובות און כפר סבא. די פלענער ווערן צאמגעשטעלט די טעג און ווארשיינליך וועט דאס פארעפנטליכט ווערן אין די נאנטע צוקונפט, די סקיצע לויטעט א הויפט ליניע וואס לויפט אין צפון-דרום ריכטונג, וואס האט צוויי פליגלען וואס טרעפן זיך אין תל אביב. א צווייטע ליניע וואס לויפט אין מזרח-מערב ריכטונג, פון ראש העין קיין תל אביב און א דריטע ליניע וואס לויפט אין א האלבע קרייז ארום תל אביב וואס וועט פארבינדן אלע ליניעס פון דער לייכטער באן, אונטערגרונט באן און אויך געוויסע סטאנציעס פון ישראל באנען, פאר גרינגערע פובליק טראנספארטאציע אין גוש דן געגנט. עס מעגליך אז די קרייז מעטרא באן וועט אויך אנקומען צום פליפעלד, אלנפאלס וועלן די באנען נישט זיין גרייט אין דער נאנטער צוקונפט, נישט פאר 2030.

'

  1. תדירות הנסיעה בקו האדום, באתר נת"ע (מתוך ארכיון האינטרנט)
    תדירות הנסיעה בקו האדום, מתוך אתר נת"ע החדש