אברהם פארבשטיין
הרב אברהם יהודה פֿארבשטיין (תרע"ז, 1917 - א' שבט תשנ"ז, 9טן יאנואר 1997) איז געווען איינער פון די חברונער ראשי ישיבות, אויך א רעדאקטאר פון דער תלמוד-ענציקלאפעדיע און מיטגליד פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
הרב אברהם פארבשטיין אין 1990 | |
געבורט |
1917 תרע"ז פוילן |
---|---|
טויט |
9 יאנואר 1997 (אלט 80 בערך) א' שבט תשנ"ז |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מדינה | ישראל |
באלאנג | חרדים |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו יעקב פארבשטיין, שפעטער דער ערשטער ראט-פארזיצער פון בני ברק. אין תר"פ (1920), ווען ער איז געווען אלט דריי יאר, איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. צו ערשט האבן זיי זיך באזעצט אין תל אביב, און אין תר"צ (1930) האבן זיי זיך געצויגן קיין בבני ברק. יענע יאר, ווען ער איז געווארן בר מצווה, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים.
ווען ער איז צוריקגעקומען אין ארץ ישראל האט ער חתונה געהאט מיט חנה, טאכטער פון הרב יחזקאל סארנא, דער חברונער ראש ישיבה. ער האט געדינט ווי א ראש ישיבה אין חברון מער ווי דרייציק יאר.
משפחה
רעדאַקטירן- הרב משה מרדכי פארבשטיין, ראש ישיבת חברון
- הרב דניאל פארבשטיין, ר"מ אין ישיבת נחלת הלויים אין חיפה און איידעם פון הרב אליהו קושעלעווסקי
- הרב אלחנן פארבשטיין, משגיח אין אופקים ישיבה
- הרב יוסף פארבשטיין, געווען א מגיד שיעור אין ישיבת אור אלחנן, נפטר תשס"ו (2006)
- הרב יחזקאל פארבשטיין [בן הרב יוסף], א מגיד שיעור אין דער ישיבה פון הרב משה שטערנבוך אין ירושלים.
- עדנה, ווייב פון רבי רפאל שמואלעוויטש, פון די מירער ראשי ישיבה (זון פון הרב חיים שמואלעוויטש)