ש. אנ-סקי

יידישער שרײַבער און דראמאטיקער

ש. אנ–סקי איז דער פּען־נאָמען פון שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט (15 אָקטאָבער 1863, טשאַשניק, ווייסרוסלאַנד — 8 נאָוועמבער 1920, אָטוואָצק, פּוילן), וואָס איז געווען אַ יידישער פאָלקלאָריסט, סאָציאַליסט, געזעלשאַפטלעכער טוער, דראַמאַטורג און שרייבער. זיינע ווערק האָט פּובליקירט אויף יידיש און רוסיש. אין דער וועלט איז מערסטנס באַוואוסט אַלס דער מחבר פון דער דראַמע "צווישן צוויי וועלטן, אָדער דער דיבוק" און פון דער ליד "די שבועה", וואָס איז געוואָרן דער הימן פון בונד.

אנ–סקי , 1910

ביאָגראַפיע

רעדאַקטירן

משפּחה און פריאיקע יאָרן

רעדאַקטירן

שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט איז געבאָרן געוואָרן אין אַ רייסישן שטעטל טשאַשניק: צו זיין טאַטע אהרן ראַפּאָפּאָרט און זיין מאַמע חנה. שלמה זאַנוול איז געווען דער איינציקער זון אין דער פאַלימיע און האָט געהאַט נאָך צוויי שוועסטער, ביילע און שרה. קורץ נאָך זיין זונס געבורט האָט דער פאָטער פאַרלאָזן זיין ווייב און די קינדער און נאָכדעם איז די משפּחה איבערגעפאָרן קיין וויטעבסק. דאָרטן פאַרברענגט שלמה זיינע קינדעריאָרן, דאָרט גייט ער אין חדר.[1][2][3]

אַז ער איז אַלט 15 יאָר טרעפט ער חיים זשיטלאָווסקין און ביידע צוזאַמען הייבן אָן זיך לערנען רוסיש און אינטערעסירן זיך אין דער רוסישער ליטעראַטור[1][2]. מער און מער פאַלט ער אונטער אונטער דער השפּעה פון השכלה, וואָס ענדיקט זיך אין זיין פאַרלאָזן דעם טראַדיציאָנעלן לעבן שטייגער. זיין ערשטע פּרנסה באַקומט ער אַלס אַרבעטער און איינבינדער.[1][3]

אין יאָר 1881 הייבט ער אָן זיין לאַנג־יאָריקע וואַנדערונג. ער שטעלט זיך אָפּ אין ליאָזנע און דאָרט גיט פּריוואַטע שטונדן, לערנענדיק מיט קינדער רוסיש און וועלטלעכע לימודים. אונטערן דרוק פון דער אָרטיקער קהילה מוז ער אָבער די שטעטל פאַרלאָזן. אין דער צייט שרייבט ער איינע פון זיינע ערשטע ווערק, שפּעטער באַוואוסט אונטער דעם טיטל "שטיפקינדער", אָבער ערשטנס דערשינען אויף רוסיש אין יידיש־רוסישן זשורנאַל "וואָסכאָד".[1] נאָכן אַרבעטנדיק אַ קורצע צייט אַלס איינבינדער אין דווינסק, פאָרט ער איבער מחוץ תחום המושב, וואו ער פאַרדינט זיין ברויט אַלס לערער און וואו ער באַקענט זיך מיט סאָציאַליסטישע רעיונות.

אין די 1880ער יאָרן שרייבט ער נאָך אַ ריי דערציילונגען, וואָס ווערן אָבער תחילת ניט אָנגענומען צו פאַרעפנטלעכונג.[1]

סאָציאַליזם

רעדאַקטירן

אין 1886 איז ער אַריבער קיין יעקאַטערינאָסלאַוו (דנעפּראָפּעטראָווסק), וואו ער איז ממשיך זיין לערעריי, אָבער אַרבעט אויך אויף שאַכטעס. אויף ראַפּאָפּאָרטן זיינען שטאַרק משפּיע די ווערק פון נאַראָדניק פּעטר לאַווראָוו און די פּראָבלעמען פון פּשוטן רוסישן פאָלק פאַרנעמען אים. אין דער צייט הייבט ער אָן צו שרייבן אַ ריי ווערק וועגן שאַכטיאָרן און רוסישן פאָלקלאָר.[1][4]

אין 1891 איז ער אַריבער קיין פּעטערבורג, וואו ער פּובליקירט עטלעכע פון זיינע כתב ידן. בקרוב נאָכדעם באַזעצט ער זיך אין פּאַריז. ער שרייבט מאמרים פאַר פאַרשיידענע רוסישע צייטונגען און לעבט אַ באָהעמישן לעבן. אין 1894 ווערט אַ סעקרעטאַר ביי פּעטר לאַווראָוון. נאָך לאַווראָווס טויט אין 1900 באַטייליקט זיך ראַפּאָפּאָרט אין גרינדונג פון דער סאָציאַליסטישער אַגראַרער ליג אין דער שווייץ, דעם פאָרלויפער פון דער סאָציאַליסטיש־רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי (ס.ר.), וואָס ווערט געגרינדעט צוויי יאָר שפּעטער. אין די יאָרן קומט ער צוזאַמען מיטן בונד. אין 1901–1902 שרייבט ער פאַרן בונד אַ ריי חיבורים, צווישן זיי די ליד, וואָס ווערט אַ הימן פון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, די שבועה.[1]

אין 1900טע יאָרן באַקומט זיין ליטעראַרישע טעטיקייט אַ שטאַרקן יצר נאָך דעם, אַז ער באַקענט זיך מיט פּרצעס ווערק: די יידישע שפּראַך געפינט אַ נייעם חן ביי אים און ער הייבט ווידער אָן צו שרייבן אויף מאַמע לשון.[4][1]

זינט 1905 איז ראַפּאָפּאָרט ווידער אין דער רוסישער אימפּעריע. ער שרייבט און פּובליקירט אַ סך אויף רוסיש און יידיש (אַרטיקלען און פּאַמפלעטן וועגן רעוואָלוציע, קינסטלערשע ווערק) און אַרבעט אַלס רעדאַקטאָר אין יידיש־רוסישע צייטשריפטן. אין די יאָרן באַטייליקט ער זיך אין צוזאַמענפאָרן פון ס.ר.׳ן.

1908 האָט ער חתונה מיט אסתר גלעזערמאַן. דער זיווג איז אָבער אַ קינדערלאָזער און די פּאָרפאָלק גייט זיך שפּעטער פונאַנדער.[1]

עטנאָגראַפישע עקספּעדיציע

רעדאַקטירן

אין 1901–1902 פּלאַנירט, אָרגאַניזירט און פירט ראַפּאָפּאָרט אָן די יידישע עטנאָגראַפישע עקספּעדיציע. די ציל פון דער עקספּעדיציע איז צו זאַמלען פאָלקלאָר און באַשרייבן דעם לעבן פון דער יידישער באַפעלקערונג אין פּאָדאָליע און וואָלין. די קליינע גרופּע פאָרשער מאַכט אויך פאָטאָגראַפיעס, אַודיאָ רעקאָרדירונגען און זאַמלט דאָקומענטן און כתב ידן.[1][2]

אין דער זעלבער צייט העלפט ראַפּאָפּאָרט דעם "יידישן קאָמיטעט פון דער הילף די מלחמה קרבנות" אין פּאָדאָליע, גאַליציע און בוקאָווינע.

די עקספּעדיציע ווערט אַ גרויסע אינספּיראַציע פאַר אַנ–סקין. זיין בעסטע דראַמע, דעם "דיבוק" שרייבט ער אין 1913, די פּיעסע וועט אָבער ערשטנס אויפגעפירט ווערן נאָך דעם מחברס טויט.

אין 1918, מחמת אָקטאָבער רעוואָלוציע פאָרט ראַפּאָפּאָרט קיין ווילנע, און נאָכדעם קיין וואַרשע.

זיין פּטירה

רעדאַקטירן

שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט איז נפטר געוואָרן דעם 8טן נאָוועמבער 1920 פון האַרץ אַטאַק.[3][2] ער איז באַגראָבן אין צוזאַמען מיט צוויי אַנדערע יידישע שרייבער, י.ל. פּרצען און יעקב דינעזאָנען, אין וואַרשע.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ש. אנ-סקי

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. a b c d e f g h i j Safran G (2006). Timeline: Semyon Akimovich An-sky/Shloyme-Zanvl Rappoport. In The Worlds of S. An-sky: A Russian Jewish Intellectual at the Turn of the Century, Stanford University Press: xv—xxix
  2. a b c d Safran G (2010). Rapoport, Shloyme Zaynvl. In The YIVO Encyclopedia of Jews in Eastern Europe
  3. a b c באַסטאָמסקי ש (1924). ש. אַנ-סקי (שלמה ראַפּאָפּאָרט). אין ש. אַנ-סקי : (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט), פאַרלאַג "די נייע יידישע פאָלקסשולע", ווילנע: 1—9
  4. a b Roskies DG (2002) Introduction. In The Dybbuk and Other Writings, Yale Press: xi-xxxvi