דענענבורג

(אַריבערגעפֿירט פון דווינסק)
דענענבורג
Daugavpils
מדינה / טעריטאָריע לעטלאַנד
גרינדונג דאַטע 1275
קאָאָרדינאַטן 55°53′N 26°32′E / 55.883°N 26.533°E / 55.883; 26.533קאארדינאטן: 55°53′N 26°32′E / 55.883°N 26.533°E / 55.883; 26.533
בירגערמייסטער זאנא קולאקאווא
שטח 72.48 קוואדראט ק"מ
הייך 86 - 139 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

101,057‏  (שטייענדיג 2012)
1,400 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
www.daugavpils.lv

דענענבורג אדער דינאבורג אדער דװינסק (לעטיש: Daugavpils דאַוּגאַוופִּילס; ליטוויש: Daugpilis; פּויליש: Dyneburg; רוסיש: Двинск, Да́угавпилс) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין לעטלאנד. די שטאט געפינט זיך 230 ק"מ דרום-מזרח פון ריגע אויף די ברעגן פון דעם דאגאווא טייך. די באפעלקערונג איז 105,000 (2009) . צווישן די איינוואוניער זענען 52% רוסישע , 18% לעטישע, און 15% פוילישע. די שטאט האט היינט א קליינע יידישע קהילה פון 492 מענטשן.

לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געווען 69,700, צווישן זיי 32,400 יידן (44%).


היסטאריע

רעדאַקטירן

אַלטע דינאַבורג איז געגרינדעט דורך דער שווערד אויף דעם מערב דווינע טייך, 19 קילאמעטער העכער אויפן טייך פון דער היינטיגער שטאָט. דער דינאבורגער שלאָס ווערט ערשט דערמאנט אין 1275.


אין 1558 האָט אנגעהויבן די ליוואָנישע מלחמה און אין 1561 איז די שטאט געווארן א טייל פון דער פויליש־ליטווישער קאמאנוועלט. אין 1571 האט דער רוסישער צאר איוואן דער שרעקלעכער איינגענומען און פארטיליקט דעם דינאבורגער שלאס.

פון 1784 האט די שטאט געהאט א גרויסע און טעטיקע יידישע באפעלקערונג.[1] לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז צווישן א באפעלקערונג אין דער שטאט פון 69,700, זענען געווען 32,400 יידישער איינוואוינער (אומגעפער 44%).[2]


דעם 14טן יאנואר 1893 האט דער רוסישער צאר אלעקסאנדער דער דריטער פארארדערנט צו ענדערן דעם נאמען פון דער שטאט אויף דווינסק.


אין 1914 מיט אַ באַפעלקערונג פון 112,837 מענטשן, איז דווינסק געווען די גרעסטע שטאָט פון וויטעבסק.


אין דעם רוסישן צענזוס פון 1970 האט מען געציילט אין דענענבורג 100,600 מענטשן.

בארימטע איינוואוינער פון דענענבורג

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. יידישע משפחות פון דווינסק. jewishgen.org. דערגרייכט דעם 2008-07-12.
  2. Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16

וועבלינקען

רעדאַקטירן