שמואל אהרן יודעלעוויטש
הרב שמואל אהרן יודעלעוויטש (תרס"ז, 1907 – י"ד טבת תשל"ט, יאנואר 1979) איז געווען פון די רבנים פון די עץ חיים און נאווהארדאקער ישיבות אין ירושלים.
געבורט |
21 אקטאבער 1906 תרס"ז ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
13 יאנואר 1979 (אלט 72) י"ד טבת תשל"ט | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
מדינה | ישראל, אטאמאנישע אימפעריע | |
טעטיקייט ארט | ירושלים | |
חיבורים | החשמל לאור ההלכה, מעיל שמואל | |
צאצאים | שבתי יודעלעוויטש | |
פרעמיעס און פארערונג | רב קוק פריז | |
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין דער אלטשטאט ירושלים. זיין פאטער, שבתי יודעלעוויטש, איז געווארן אן אלמן יונגגערהייט און האט אויך פארלוירן די צוויי זין פון זיין ערשטן ווייב. ער האט חתונה געהאט נאכאמאל, און אויך פארלוירן די צוויי זין פון דעם צווייטן זיווג. דאס פארפאלק האבן געהאלטן ביי גט׳ן זיך, אבער צוליב א ברכה פון א צדיק נסתר זענען זיי געבליבן צוזאמען, און ס׳איז געבוירן געווארן צו זיי זייער זון שמואל אהרן און אויך א טאכטער בתיה. דער סנדק ביי זיין ברית מילה איז געווען הרב שמואל סאלאנט. שבתי יודעלעוויטש איז נפטר געווארן אין יאר תרע"ח (1918) אין דמשק, וואו ער איז געווארן פארטריבן דורך דער אטאמאנישער הערשאפט. זיין אלמנה האט חתונה געהאט נאכאמאל און האט פארלאזט ירושלים מיט איר טאכטער, און ער איז געבליבן גאנץ אליין אין ירושלים, אלט 12 יאר. דערנאך האט ער געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה. א געוויסע צייט האט ער געוואלגערט צווישן פארשידענע משפחות, ביז דער משגיח אין עץ חיים, הרב אריה לעווין, האט אים אריינגענומען אין שטוב.
נאך פיר יאר וואס ער האט אויפגעוואקסן אין דער לעווין הויזגעזינט האט הרב לעווין גערעדט אים א שידוך מיט זיין עלטסטע טאכטער ראשא. ער האט מסכים געווען, אבער האט געבעטן צו זען די משודכת פריער, אזוי ווי חז״ל זאגן ״אסור לאדם לשאת אישה בלי לראותה״ (מ׳טאר נישט חתונה מיט א פרוי איידער מען זעט איר פריער). אזוי איז הרב אריה לעווין געוואויר געווארן אז די פיר יאר וואס ער האט געוואוינט ביי אים אין שטוב האט ער קיינמאל נישט געקוקט אויף זיין טאכטער.
במשך זיין לעבן האט ער געוואוינט אין פארשידענע געגנטן אין ירושלים: כרם, ליפתא, בתי ברוידא, די אלטשטאט.
ער פלעג לערנען א גאנצן טאג אנגעטון אין די תפילין. ער איז געווען פון די פיאנער רבנים וואס האבן זיך באשעפטיגט אין עלעקטריע לגבי דער הלכה, און אין יאר תשי"ד (1954) האט ער פארעפֿנטלעכט זיין ספר "החשמל לאור ההלכה". אין יאר תשל"ז (1977) איז ער געווארן באלוינט מיט דער [רב קוק פרעמיע]] פאר זיין ספר "מעיל שמואל" אויף מסכת פסחים. נאך זיין פטירה האט זיין משפחה ארויסגעגעבן דאס ספר "מעיל שמואל" אויף מסכתות פון ש"ס.
ער איז נפטר געווארן פרייטיק צונאכט י"ד טבת תשל"ט און באערדיגט שבת־צונאכט אין הר הזיתים, נאנט צום קבר פון זיין רבי׳ן דער טאבריגער גאון. שלום מאיר וואלאך האט ארויסגעגעבן א ביאגראפיע וועגן אים "מעילו של שמואל", וואס איז געווארן ברייט פארשפרייט.
זיינע קינדער
רעדאַקטירן- הרב שבתי יודעלעוויטש - דער ירושאלמער מגיד
- אברהם יצחק - איידעם פון אהרן פישער, פאטער פון די רבנים ישראל יעקב פישער און שלמה פישער
- מרדכי דוב, איידעם הרב צבי קאפשיץ
- אסתר גיטל (נפטר אין יאר 1992) - ווייב פון רבי אריה פינקל, ראש ישיבה פון מיר-בראכפעלד און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
- שרה עשקא - ווייב פון רבי אליעזר קוגל, ראש ישיבה פון שבות עמי אין ירושלים
- הרב דוד נחום - עוסק אין חינוך אין בני ברק
- הרב חיים עוזר - פון די רבנים פון דער פרושים קהילת אין ביתר עילית
- הרב משה צבי - איידעם של הרב שרגא מלך קאפלאן, רב פון שיכון חב"ד לוד
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- החשמל לאור ההלכה, ירושלים, תשי"ד ביי היברובוקס
- מעיל שמואל אויף סדר זרעים, מועד, נשים, קדשים
- מעיל שמואל - אויף מסכת פסחים
- מעיל שמואל - אויף תורה און נ"ך
- שו"ת מעיל שמואל
ביבליאגראפיע
רעדאַקטירן- מעילו של שמואל - וועגן דריי דורות אין ירושלים של מעלה און ביאגראפיע פון הרב שמואל אהרן יודעלעוויטש, פון שלום מאיר וואלאך