שלמה אליעזר אלפאנדרי
רבי שלמה אליעזר אַלפֿאַנדרי (נפ׳ כ"ב אייר תר"ץ), באוואוסט מיטן צונאמען דער סבא קדישא, איז געווען א מקובל און פוסק, וואס האט געדינט אלס חכם באשי פון דמשק און צפת.
געבורט |
1826 קאָנסטאַנטינאָפּל, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1930 (אלט 104 בערך) ירושלים, בריטישער מאנדאט |
מדינה | אטאמאנישע אימפעריע |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
פאך | רב |
אַמט | ראש ישיבה |
רבי חיים אלעזר שפירא פון מונקאטש, דער ״מנחת אלעזר״, איז געפארן אין שנת תר"ץ קיין מירון אויף ל"ג בעומר. זיין נסיעה איז געווען געווידמעט זיך צו טרעפן מיטן סבא קדישא, וואס ער האט זיך געקענט מיט אים דורך שרייבן בריוו, און זיך שטארק געוואלט טרעפן מיט דעם גרויסן בעל מקובל ר' שלמה אליעזר זצ"ל עין בעין, וואס איז שוין דאן געווען אלט 120 יאר, מיט א פרישקייט און מיט א קלארן מח. א גאנצע נאכט האט דער מנחת אלעזר פארברענגט מיט אים וואו מען האט קיינעם נישט אריינגעלאזט.
דעם קומענדיגן צופרי איז ער פלוצלינג נסתלק געווארען לחיי העולם הבא, און דער מנחת אלעזר האט זיך משתתף געווען באשכבתא דרבי, ווען ער איז דערנאך נטמן געווארן אויף הר הזיתים דאס אלעס איז ברייט באשריבן אין די ספר מסעות ירושלים.
ער האט געהאט א בן יחיד וואס איז נפטר געווארן בדמי ימיו.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין סטאמבול, טערקיי.
השקפה
רעדאַקטירןער איז געווען א קעגנער צו ציוניזם, מזרחי און אגודה.
תלמידים
רעדאַקטירן- רבי יוסף חיים זאנענפעלד
- רבי אשר זעליג מרגליות
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- שו"ת הסבא קדישא