נרות שבת
(אַריבערגעפֿירט פון שבת ליכט)
נרות שבת אדער שבת ליכט זענען די לעכט וואס מ'צינדט אן ביים זמן פון אריינקום דעם שבת קודש דורך די פרויען.
יעדער דארף צינדען ליכט אויף שבת, סיי מענער און סיי פרויען דארפען זעהן אז אין שטוב זאל ברענען ליכט, אפילו ער האט נישט וואס צועסן דארף ער גיין בארגען צו קענען צינדען,
ס'ווערט געצינדען דורך פרויען צוליב 3 סיבות:
- צו מכפר זיין אויף די זינד פון חוה (ירושלמי שבת, ב, ו: בראשית רבה יז, ח)
- זיי געפינען זיך מער אין שטוב אהנצוגרייטן די שבת, (משנה תורה, הלכות שבת, ה, ג)
- ווייל דאס ברענגט שלום בית, (בבלי שבת, כג, ב)
ברכות
רעדאַקטירןפאר אדער נאכדעהם ליכט-צינדען זאגט מען:
נוסח הברכה פאר שבת: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קידשנו במצוותיו וציוונו להדליק נר של שבת."
נוסח הברכה פאר יום טוב: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר קידשנו במצוותיו וציוונו להדליק נר של יום טוב."
אלע ימים טובים, אויסער שביעי של פסח, זאגט מען צו די ברכה: "ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה"
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכות • עירובין |