רחל פרייער

ערשטער חסידישע פרוי ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן

מרת רחל עטל ׳׳רוחי׳׳ פרייער (געבוירן כ"ט אדר ב' ה'תשכ"ט, 2טן אפריל 1965) איז די ערשטע חסידישע ריכטערין אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן.‏[1]

רחל פרייער
געבורט 2 אפריל 1965 (אלט 59)
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך אדוואקאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט ריכטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

רחל פרייער איז געבוירן געווארן אין בארא פארק, ברוקלין, דאס עלטסטע קינד פון א אידישער חסידישער משפחה. אלס מיידל האט זי געלערנט אין דער בית יעקב שולע. ווערענד שטודירן אין הויכשולע האט זי בייגעטרעטן א קורס פאר א געריכט סטענאגראפער. זי האט געענדיגט הויכשולע אין יאר 1982. אין עלטער פון 19 יאר האט זי חתונה געהאט מיט דוד פרייער, א באבאווער חסיד. דאס פארפאלק האט דריי זון און דריי טעכטער.

 
פרייער אין 2001 צוזאמען מיט דעם געוועזענעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ביל קלינטאן און זיין ווייב הילארי

אנפאנג האט זי געארבעט אלס געריכטליכע סעקרעטארין, און אין יאר 1994 האט זי געארבעט אלס יוריסט אין א בארומטער געזעלשאפט פון אדוואקאטן. גלייכצייטיג האט איר מאן שטודירט בוכהאלטונג אין "טורא קאלעדזש". אין יאר 1996, אין עלטער פון 30 יאר, נאכדעם וואס ס'איז איר איינגעפאלן אז זי ארבעט מיט אדוואקאטן וואס זענען יונגער פון איר, האט זי באשלאסן צו לערנען רעכט און געזעץ. זי האט זיך איינגעשריבן אין "טורא קאלעדזש", דארט וואו זי איז געווארן אן אנפירער פון דער סטודענטשאפט, און זעקס יאר שפעטער האט זי געקריגט אן ערטשער אפשלוס אין פאליטיק וויסנשאפט. אנשליסנד האט זי שטודירט אין דער שולע פאר רעכט און געזעץ אין ברוקלין, און האט באקומען פון דארט אן אפשלוס אין יאר 2005. אין יאר 2006 איז זי אריבער ערפאלגרייך דעם עמטליכן פארהער פאר אדוואקטן פונעם שטאַט ניו יארק, און געווארן די ערשטע חסידישע פרוי וואס איז געווארן אן אדוואקאט. זי האט באקומען רעכט זיך צו באשעפטיגן אין געזעץ אין ניו זשערסי, און אין וואשינגטאן די סי. אין יאר 2001 האט זי געארבעט ביי הילארי קלינטאן אין איר ביורא וואס געפינט זיך אין מאנהעטען.

אורשפרינגליכע קאריערע

רעדאַקטירן

איר ערשטן ביורא האט זי אויפגעשטעלט אין מאנרא, וואו זי פלעגט ארבעטן געמיינזאם מיט די באוואוינער פון קרית יואל, און צווישן די אנדערע פלעגט זי פארטרעטן זיי קעגן די באוואוינער פון די דערנעבנדיגע באצירקן, און האט א סאך געהאלפן מיט ערקלערן און דערציילן איבערן לעבן שטייגער פון דער חסידישער געמיינדע.

אויסער דעם, האט מרת פרייער צוזאמען אינאיינעם מיט איר מאן, אויפגעשטעלט א א געמיינזאמען ביורא אין בארא פארק, וואו זי האט זיך באשעפטיגט מיט אנוואלטשאפט און איממאביליען, און איר מאט האט געהאנדלט די קאמערסיעלע פינאנסירונג.

די וואלן און קאריערע אלס ריכטער

רעדאַקטירן

אין אפריל 2016, האט פרייער געמעלדעט אז זי גייט לויפן פאר א ריכטער פונעם בירגערליכן געריכט אין אויפטראג פון "קינגס קאונטי", און איבערנעמען דעם זיץ פון איר פעטער נח דיר וועלכער איז בארופן געווארן צו דינען אין דעם הויכן געריכט פון ניו יארק. אין סעפטעמבער 2016, אין די פריימעריז פון דער דעמאקראטישער פארטיי האט מרת פרייער געוואנען אין 40.9% פון די שטימען, און אויסגעוועלט געווארן אלס א קאנדידאט פון דער פארטיי צו באקומען דעם באגערטן "זיץ אין געריכט". אין נאוועמבער האט זי געלויפן אין די וואלן פונעם געריכט הויז קעגן דעם קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי מארטאן אוויגדאר, און האט באקומען 74% פון די שטימען פון די וועלער.

 
עריק אדאמס, דער בארא פרעזידענט, דערלאנגט מרת פרייער אן אויסצייכענונג ביי איר איינשווערונג אין ברוקלין בארא זאל אום 22סטן דעצעמבער 2016

אין 22סטן דעצעמבער 2016, איז פרייער איינגעשוואוירן געווארן צו איר נייער אויפגאבע אין דעם אלטן ראטהויז פונעם ברוקלין קווארטאל. אין דער איינשווערונג צערעמאניע וואס איז אויסגעשטראלט געווארן אין די מעדיע, האט פרייער געהאלטן גאר א דערהויבענע רעדע אין וועלכער זי האט אריינגערעכנט פארשידענע באגריפן אין אידיש און לשון קודש. דער באקאנטער חסידישער זינגער ליפא שמעלצער האט געזינגען אין דער צערעמאניע דעם אמעריקאנישען נאציאנאלן הימען, און האט אפילו צוגעלייגט דערויף ווערטער אויף אידיש, און צוזעצליך האט ער געזינגט דעם באקאנטן ליד "G-D bless America" אויף א פולשטענדיגער אידישער ווערסיע.‏[2]

נאך איר איינשווערונג, האט מען איר באשטימש צו דינען אלס א ריכטער אין דעם קרימינאלן געריכט פון ברוקלין. פרייער האט געשריבן פאר זיך די לייסטונג און דעגרייכט א זעלטענעם מעמד, צווישן די אנדערע א דאנק צו אירע משפחה מיטגלידער אין הויפט פון איר מאן רבי דוד פרייער וואס האבן איר געשטיצט פון אנפאנג, און אויך א דאנק פאר דער אונטערשטיצונג און דער ערמוטיגונג פון די רבנים און פון דער חרדישע געמיינדע. אום זיך צוצוגרייטן ארדענטליך צו די וואלן, האבן מיטגלידער פון איר משפחה ארויסעגעבן א וואל בולעטין אויף וועלכן פארשידענע רבנים און ראשי ישיבות האבן אונטערגעשריבן.‏[3]

געזעלשאפטליכע אקטיוויטעט

רעדאַקטירן

אין יאר 2005 האט פרייער געגרינדעט די צדקה ארגאניזאציע "חסדי דבורה", וועלכע העלפט ארויס ארימע אידישע משפחות.

אין יאר 2008 איז זי געווען א פארטנער אין אויפשטעלן דעם פלאן "בדרך", א פלאן פון דער רעגירונג וואס שטעלט צו הילף פאר חרדישן יוגנד אין געפאר.

אין יאר 2011, איז מרת פרייער געווען טעטיג און פארוויקלט אין אויפשטעלן די ארגאניזאציע "עזרת נשים",א ספעציעלע מעדיצינישע ארגאניזאציע וואס וואס ווערט געלויפט דורך בלויז פרויען וואס וואלאנטירן זיך פרייוויליג אהן סיי וועלכע פארדינסט צילן, נאר מיט א ציל צו באהאלטן די גרענעצן פון צניעות אין מעדיצינישע נויטפעלער, און באזונדער אין פאלן פון אנטבינדונגען. די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן נאכדעם וואס די הצלה ארגאניזאציע האט זיך געווייגערט און אנטאזגט איינצושליסן פרויען אין זיינע רייען, וואס זעלבסטפארשטענדליך האט פאראורזאכט א מעדיע-שטורעם און א שארפע קריטיק אין דער אמעריקאנישער פרעסע. אנפאנג האט מרת פרייער פארזארגט פאר דער ארגאניזאציע מיט געריכטליכע באדינונגען, און שפעטער איז זי געווארן אן אנפירער און פארוואלטער פון דער ארגאניזאציע. אין פעברואר 2013 איז די ארגאניזאציע עמטליך אנערקענט געווארן דורך דער געזונטהייט אפטיילונג פונעם שטאַט ניו יארק וואס האט דערלאנגט די ארגאניזאציע די נויטיגע גענעמיגונגען וואס זי האט געברויכט. מרת פרייער ארבעט אויף א פראיעקט צו קויפן פאר דער ארגאניזאציע א קראנקן-וואגן.‏[4]

רעפערענצן

רעדאַקטירן