יצחק מארילעס
רבי יצחק מארילעס זצ"ל (ה'תקע"ה - ה'תרנ"ב), רב אין ראפשיץ, וועסט גאליציע.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יצחק איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב שמעון מארילעס, פון יעראסלאוו, באקאנט אלס דער רבי שמעון יעראסלאווער. און צו זיין מוטער מרת ביילא.
רבנות
רעדאַקטירןרבי יצחק איז געווען דער ממלא מקום פון שווער, רב אין ראפשיץ.
רבי יצחק האט געגרידערט א אפטיילונג פון מחזיקי הדת אין ראפשיץ, ער האט פארטרויטן מחזיקי הדת ביי דעם רבנים צוזאמנקומפט אין לעמבערג.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי יצחק איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרנ"ב (אומגעפער).
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי יצחק האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב מנשה רובין, רב אין ראפשיץ, א זון פון רבי ר' אשר'ל, רב אין ראפשיץ. זייערע קינדער:
- הרב מנחם מענדל מארילעס (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תר"ף), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דיבעצק און ראפשיץ. ער האט געהייראט מרת דבורה א טאכטער פון הרב דויד שפירא רב אין דינאוו.
- די ווייב פון הרב יעקב מרדכי ליבערמאן (ה'ת"ר - ח' ניסן ה'תרנ"ט, רב אין טאפאראוו.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר