קאארדינאטן: 51°31′51″N 0°07′24″W / 51.5309°N 0.1233°W / 51.5309; -0.1233

קינגס קראס באן סטאנציע איז א הויפט באן וואקזאל, געעפֿנט אין 1852. זי געפינט זיך אין צענטראל לאנדאן, אויף דער יוסטאן גאס אין דער לאנדאנער בארא פון קאמדן. לעבן דער סטאנציע צו מערב איז סט פאנקראס באן סטאנציע, און די צוויי סטאנציעס טיילן זיך מיט דער קינגס קראס סט פאנקראס אונטערגרונט סטאנציע פון דער לאנדאנער אונטערגרונט.

קינגס קראס נאציאנאלע באן
בילד

פראנדאַזש פון סטאַנציע

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
 
קינגס קראס
קינגס קראס

לאקאציע פון קינגס קראס אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: King's Cross
יאר געעפנט: 1852
לאקאציע: קינגס קראס
בארא: קאמדן
צאל פעראנען: 12 (נומערירט 0-11)
סטאנציע קאד: KGX
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 29.824 מיליאן
2014-15 ארויף 31.347 מיליאן
2015-16 ארויף 33.362 מיליאן
2016-17 ארויף 33.816 מיליאן
2017-18 ארויף 33.905 מיליאן
קינגס קראס

די סטאנציע איז דער דרומדיגער טערמינוס (סוף-סטאנציע) פון דער מזרח ברעג הויפטליניע פון לאנדאן אין די שטעט לידז, האל, ניוקאסטל און סקאטלאנד; דער היינטיקער אפעראטאר פון די ליניעס איז לאנדאן צפון מזרחדיקע אייזנבאן. אנדערע ווייט־דיסטאנץ אפערירער זענען האל באנען און גראנד צענטראל. די סטאנציע באדינט אויך די צופֿארער ליניעס קיין הארטפארדשיר, אפערירט דורך גרויס נארדערן.

לעבן קינגס קראס סטאנציע געפינט זיך סט פאנקראס אינטערנאציאנאל, די לאנדאנער סוף־סטאנציע פאר אייראסטאר באדינונגען קיין קאנטינענטאלער אייראפע. אונטער ביידע הויפטליניע סטאנציעס איז קינגס קראס סט פאנקראס אונטערגרונט סטאנציע אויף דער לאנדאנער אונטערגרונט; צוזאמען זענען זיי איינער פון דעם לאנד׳ס גרעסטע טראנספארט קנופן.

קינגס קראס סטאנציע אין קולטור און ליטעראטור

רעדאַקטירן

הארי פאטער

רעדאַקטירן
 
פעראן ¾9

אין די "הארי פאטער" ביכער, איז קינגס קראס סטאנציע באשרייבט אלס די אראפגיין סטאנציע פון דער האגווארץ עקספרעס באן וואס גייט פון "פעראן ¾9" (נייַן און דריי פֿערטל), וואס מען קען דערגרייכן דורך לויפן צו א סטויפע וואס איזאלירט צווישן פעראנען 9 און 10.

היינט, איז דא אן אויסהענגל אין דער סטאנציע אויף דער וואנט וואס איזאלירט צווישן די פארשידענע געבויען פון פעראנען 9 און 10, "פעראן ¾9", און זינט 2005 איז עס דא א באגאזשן וואגן מיט נאר א הינטערטייל, מיטן פֿאָדערטייל באהאלטן אין דער וואנט.

באדינונגען

רעדאַקטירן

די סטאנציע האט באדינונגען אויף צווישנשטעט רוטעס קיין מזרח ענגלאנד, יארקשיר, צפון-מזרח ענגלאנד און מזרחדיקן און צפונדיקן סקאטלאנד, וואס פארבונדט צו הויפט שטעט און שטעטלעך ווי קעמברידזש, פיטערבארא, האַל, דאנקאסטער, לידז, יארק, סונדערלאנד, ניוקאסל, עדינבורג, גלאזגא, בראדפארד, אבערדין און אינווערנעס. זייט יוני 2018, די הויפט רוטעס זענען אונטער רעגירונגס קאנטראל, וואס האט זיי איבערגענומען פון סטיידזשקאטד און ווירדזשין.[1]

פריערדיקע סטאנציע     נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציע   לאנדאן צפון מזרחדיקע אייזנבאן
לאנדאן-לידז
  סטיווענידזש אדער
פיטערבארא
סוף-סטאנציע   לאנדאן צפון מזרחדיקע אייזנבאן
מזרח בארטן הויפטליניע
דער פליענדיקער סקאטסמאן
  ניוקאסל
סוף-סטאנציע   לאנדאן צפון מזרחדיקע אייזנבאן
לאנדאן-ענדינבורג גיך
  פיטערבארא אדער יארק
סוף-סטאנציעגרויסנארדערן
קעמברידזש קרוזער
סוף-סטאנציע   גרויס נארדערן
לאנדאן-קינגס לין
  קעמברידזש
סוף-סטאנציע   גרויס נארדערן
לאנדאן-פיטערבארא
(נאר שפיץ שעה׳ן)
  פֿינזבורי פאַרק אדער
סטיווענידזש אדער
ביגלזווייד
סוף-סטאנציע   גרויס נארדערן
נארדערן סיטי ליניע
(נאר פרימארגן)
  פֿינזבורי פארק
סוף-סטאנציעטעמזלינק
טעמזלינק

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "East Coast train line back under public control", BBC News (‏23סטן יוני 2018). דערגרייכט דעם 24סטן יוני 2018.