עפענען הויפטמעניו

א קארליק-פלאנעט, ווערט דעפֿניריט פֿונעם אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פאריין (IAU), אלס א הימלישער קערפער וואס ארביטירט ארום דער זון וואס איז גענוג מאסיוו צו ווערן פֿאררונדיגט פֿון זײַן אייגענער גראוויטאציע אבער וואס קעננישט אפראמען זײַן געגנט פֿון קליינע פלאנעטישע קערפער און איז אויך נישט קיין נאטירלעכן סאטעליט.[1][2]

דער טערמין קארליק-פלאנעט איז געווארן אדאפטירט אין 2006 אין דער קלאסיפֿיקאציע פֿון קערפער וואס ארביטירן די זון.לויט דער דאזיגער קלאסיפֿיקאציע אזעלכע קערפער וואס זענען אזוי גרויס אפצוראמען דעם געגנט פֿון זײַער ארביט רופֿט מען פלאנעטן, און די וואס זענען אזוי קליין אז זיי זענען נישט פֿאררונדיגט רופֿט מען קליינע זונסיסטעם קערפערס. די קארליק פלאנעטן זענען אינצווישן; טייל אסטראנאמען זאגן אויף זיי אז “כאטש עס קוקט אויס ווי א פלאנעט, איז עס אבער נישט קיין פלאנעט.”

צערעס געזען פונעם האבל קאסמאס טעלעסקאפ.

היינט צוטאגס זענען דא נאר דריי קארליק פלאנעטן – צערעס, פלוטאן און עריס – אבער מען קלערט אז ס'איז דא לכה"פ נאך 42 אביעקטן אין דער זון-סיסטעם געהערן אין דער קאטעגאריע. למשל, קלערט מען אז 012 VP113 איז א קארליק-פלאנעט.

רעפערענצןרעדאַקטירן