פרשת יתרו
פרשת יתרו איז די פינפטע פרשה אין ספר שמות, זי קומט נאך פרשת בשלח. די פרשה הייבט אן מיט דער געשיכטע ווען יתרו איז געקומען צו משה רבינו און די יידן. דער צווייטער העלפט פון דער פרשה איז וועגן דעם מעמד הר סיני.
אינהאלט
רעדאַקטירןיתרו, דער שווער פון משה, קומט צום לאגער פון די יידן צוזאמען מיט צפורה (משה'ס ווייב) און אירע צוויי זין. צו מארגן (רש"י ברענגט אז די פרשה האט פאסירט צו מארגן פון יום כיפור, ווען משה האט אראפגעברענגט די צווייטע לוחות) זעט יתרו ווי משה משפטעט דאס פאלק גאנץ אליין, און שלאגט פאר אז ער זאל אויפשטעלן א רייע פון דיינים, און נאר די שווערסטע דיני תורה זאל ער אליין הערן. משה נעמט אן יתרו'ס פארשלאג און יתרו קערט זיך צוריק קיין מדין.
ראש חודש סיון קומען אן די בני ישראל צו די פיס פון בארג סיני. משה גייט ארויף אויפן בארג און דער אייבערשטער זאגט אים אז ער מאכט א בונד מיט די יידן צו ווערן אן "עם סגולה". משה גרייט צו דאס פאלק אויף דריי טעג, כדי זיי זאלן זיין גרייט צו באקומען די תורה. דעם דריטן טאג, שבת, ווייזט זיך דער אייבערשטער אויפן בארג מיט דונער און בליצן און הייבט אן זאגן די עשרת הדיברות צום פאלק.
ביים סוף פון דער סדרה קומט א קורצע פרשה וועגן דעם מזבח.
הפטרה
רעדאַקטירןמען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו, פרק ו' פסוק א' ביז פרק ז' פסוק ו', דארט שרייבט ישעיהו וויאזוי דער אייבערשטער מיט די מלאכים האבן זיך באוויזן צו אים צום ערשטן מאל. די תימנים און ספרדים ליינען ווייטער ביז פסוק י"ג. די תימנים און אשכנזים זענען מוסיף צוויי פסוקים, ה' און ו', פון קאפיטל ט'.
קאלענדאר
רעדאַקטירןשבת פרשת יתרו קען געפאלן נאר אין די טעג: י"ז שבט, י"ח שבט, י"ט שבט, כ' שבט און כ"ב שבט.