פסקי תוספות איז א פריערדיג אנגענומען ספר וועלכע נעמט ארויס די פסקי הלכה פון תוספות אויף תלמוד בבלי.

וויבאלד תוספות איז געשריבן אויף א סדר פון קשיות און תירוצים, איז שווער ארויסנעמען פון דארט פסקים הלכה למעשה. און דאס טוט דאס ספר.

דרוקסאגראפיערעדאַקטירן

עס איז צוערשט געדרוקט געווארן מיט דער ערשטער אויסגאבע פונעם געדרוקטן ש"ס אויף טייל מסכתות און ערגענצט געווארן אין דער ווענעציע מהדורה. אין די ווילנער דרוקן איז עס געדרוקט תיכף נאך דער גמרא בעפארן רא"ש. אויף מסכת מעילה, תמיד, מדות און קינים איז דאס דארט צוערשט געדרוקט געווארן אין יאהר תרמ"ה פון א כתב־יד.

דער פארפאסער פונעם ספררעדאַקטירן

מען ווייסט נישט פאר זיכער ווער עס האט עס מחבר געווען.

דער חיד"א אין שם הגדולים ברענגט א דעה אז דער רא"ש אדער זיין זוהן דער בעל הטורים האט עס געשריבן, אבער ער ווענדט עס אפ.

דער יעב"ץ אין זיין ספר משנה לחם נעמט אבער יא אהן אז דער טור האט עס מחבר געווען.

אנדערע ווערסיעסרעדאַקטירן

עס איז פארהאן אנדערע ענליכע פסקי תוספות פון רבי יחזקאל א פעטער פאר רבי אליעזר פון טוך (ווערט אויך גערופן דער מהרי"ח) און פון רבי יעקב ב"ר מאיר כ"ץ פון נורטהויזן וואס איז נישט דא צו באקומען.

סתירות צו תוספותרעדאַקטירן

דער חיד"א און דער חתם סופר מערקן אהן אז אין טייל פלעהצער שטייט דארט זאכן וואס שטימט נישט מיט וואס ס'שטייט ביי אונז אין תוספות זעלבסט. ווי למשל אין מסכת סוטה און ביצה. ס'איז מסתבר אז דער מחבר האט געהאט אן אנדער גירסא.

וועב לינקעןרעדאַקטירן