פיטסבורג שול שיסעריי
די פיטסבורג שול שיסעריי איז געווען א אנטיסעמיטישע מאסן-שיסעריי אין דער קאנסערוואטיווער עץ חיים סינאגאגע, אין פיטסבורג, פענסילוועניע, פאראייניגטע שטאטן, וואס ווערט באצייכנט אלס די טויטליכסטע אטאקע אויף אידן אין אמעריקע.
די מאסן-שיסעריי איז דורכגעפירט געווארן דורך א וויסטער ראסיסט, א אידן-פיינט, וועלכער האט דערשאסן און אומגעברענגט עלף אידן, און פארוואונדעט זעקס אנדערע, וועלכע זענען געווען אין דער סינאגאגע.
די אטאקע
רעדאַקטירןדי אטאקע איז פארגעקומען שבת, דעם 27סטן אקטאבער 2018, י"ח חשון, ה'תשע"ט, 9:54 אינדערפרי. דער מערדער, ראבערט באָווערס, אַן אמעריקאנער ראסיסט און נאציאנאליסט, באַוואַפֿנט מיט א סעמי-אויטאמאטישער ביקס, האט אריינגעשטורעמט אין דער שול אינמיטן די שבת צופרי תפילות, וואו עס איז אויך פארגעקומען א ברית, שרייענדיג מיט ווילדע קולות "אלע אידן מוזן שטארבן", און ער האט געעפנט הייס-פייער, שיסנדיג ווילדערהייט אויף אלע אנוועזנדע אינעם צענטער.
באוערס, 48, פון פענסילוועניע, איז געווען א מיטגליד פון א ראדיקאלער רעכטער גרופע און האָט ברייט פארשפרייט אנטיסעמיטישע מעלדונגען. בערך צוויי שעה פאר דער אטאקע, האט ער ארויסגעשטעלט א מעסעדזש אויף דעם סאציאל־מעדיע עפ ״גאב״ (א פאפולערע סאציאלע מידיע נעץ צווישן ווייסע נאציאנאליסטן און נעא-נאציס) וואו ער האט אטאקירט די אידיש-אמעריקאנישע ארגאניזאציע הייאס פאר איר הילף פאר אימיגראנטן.
נאָכן דערמארדן דריי מתפללים אין דער הויפט שול איז ער אראפגעגאנגען צו דער קעלער, און דארטן דערמארדעט נאך פיר אידן. ער איז דאן ארויפגעלאפן צום דריטן שטאק פון דער סינאגאגע, וואו ער האָט דערמאָרדעט אַנדערע מתפּללים. אין יענע מינוטן איז שוין די פאליציי אנגעקומען, און א פייער-אויסטויש האט אויסגעבראכן צווישן דער פארברעכער און די פאליציי, פיר פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן. דער שיסער אליין איז אויך אנגעטראפן געווארן פון א קויל, און ער האט זיך דאן אונטערגעגעבן פאר די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט.
אין דער אטאקע זענען אומגעקומען 11 מתפללים, און צוויי זענען פארוואונדעט געווארן. פיר פּאַליציאנטן און דער רוצח זענען פארוואונדעט געווארן.
באוערס איז אנגעקלאגט געווארן מיט 44 קלאגעס, אריינגערעכנט מארד און מארד פרואוו, באנוץ פון א פייער וואפן, האסן פארברעכנס, און פארלעצונג פון פעדעראלע מענטשנרעכט געזעצן, אבער ער האט זיך דערקלערט נישט שולדיג. דער שיסער האט זיך איינגעהאנדלט זיינע ביקסן לעגאלערהייט.
נאך דער אטאקע האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ באפוילן אראפצולאזן דעם פאן צו האלבער הייך, אלס צייכן פון טרויער. ער האָט גערופן צו פאראורטיילן דעם רוצח צו טויט שטראף.
זען אויך
רעדאַקטירן- אַנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאַטן
- שיסעריי אטאקע אין פאוועי שול