פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יאנואר 12
- ר' מאיר פרוש, אן אגודה כנסת דעפוטאט, שיקט מוחאה בריוו איבער געריכט וואס מישט זיך אין, לויט אים, רעליגיע אישו, פארן אריינשליידערן ר' אברהם זרביב אין תפיסה פאר נישט וועלן פאלגן איין רב נאר בלויז א צווייטער ווי ר' חיים קאניעווסקי וואס האט געפאסקענט אז די עלעקטראנישע קייטלעך אפילו עס טוט נישט שיקן קיין שום סיגנאלן איז דאס אויך מוקצה צו מטלטל זיין. (דזשעי. פאוסט)
- חי לייפליין פירט דורך לויפן מאראטאן צו פאנד רעיזינג אין מיאמי. (זשעי. סטענדערט)
- מחלוקת פאנאוויטש: ר' שמואל מארקאוויטש ווענדט זיך צום געריכט צו ארעסטירן נייע ראשי ישיבה וואס געבן שיעורים קעגן פסק פון בית דין און געריכט. (בחדרי חרדים)
- אוי. יו. וועט נישט באנייען דעם קאנטראקט מיט זייער איצטיגער פירער, ר' צבי הערש וויינטרויב זוכן נייעם קאנדידאט. (פארווארד)
- דעמאקראטישער פארטיי פרעזידענט קאנדידאט ווערט אטאקירט פון די עי.די.על. פארן זאגן זיין מיינונג הויך און קלאר אז אידן איינפלוסען וואשינגטאן צו גיין אין קריג מיט איראן... (דשזואיש וויק)
- חרדישער נייעס טעלעפאון האט ליין, קול החרדי, באריכטעט; ווייב פון ר' משה אריה פרידמאן פון הויפט נטורי קרתא קנאים, אנטליפט פון אים מיט 5 קינדער בשעת ער האלט זיך אויף אין איראן אויף האלאקאוסט קאנפארענץ. (בחדרי חרדים)
- עליט קאמאנדא איינהייט פון צה"ל לאזט זיך אראפ אין דזשענין פארשטעלט ווי פאליסטינער און פאנגט מייסטער טעראריסט. (דזשעי. פאוסט)
- פראפעסער: אנטיסעמיטיזם איז בארעכטיגט, ווייל עס איז קריטיק, און עס האט קליג געמאכט אשכנזזים.... (ניוז מעקס)
- וואטערבארי ישיבה ראפעל צו געווינען $100,000,00 דאלער. (וואטערבארי נייעס)
- 4 אידן, בחורים, ארעסטירט אין פאריז פארן שלאגן אראבער. (וויינעט)
- גוגל ערד איז פיל מיט אנטי-איזראעלי פאלטשע בילדער. גוגל עפענעט אויספארשונג דערוועגן. (טאטאלי דזשואיש)