עלעקטראנען-קאנפיגוראציע

אייגנשאפט פון אן אטאם

אין אטאם־פֿיזיק און קוואנטן־כעמיע איז עלעקטראנען־קאנפֿיגוראציע דער נאמען פון די דריי־דימענסיאנעלער פלאצירונג פון די עלעקטראנען וואס שטעלן צונויף א מאלעקול, אטאם אדער נארוועלכע כעמישע סטרוקטור. דער באגריף באציט זיך צום שטייגער אין וואס די עלעקטראנען זענען איינגעארדענט אין די ארביטאלן פון א געוויסער סיסטעם (למשל, אטאמיש אדער מאלעקולאריש). עלעקטראנען־קאנפיגוראציע ווערט גערעכענט אין די גרופע פון כעמישע סטרוקטורן צוזאמען מיט מאלעקול־סטרוקטור און קריסטאל־סטרוקטור.

צוויי־דימענסיאנעלע געבוי פון די פארשידענע ארביטאלן

אזוי ווי אנדערע עלעמענטאר־טיילכלעך, טוט אויך דער עלעקטראן פאלגן די געזעצן פון קוואנטן-מעכאניק, און פירט זיך סיי ווי א טיילכל און סיי ווי א כוואליע. דער קוואנטן מצב פון א געוויסן עלעקטראן  ווערט באשריבן דורך זיין כוואליע־פֿונקציע; דאס איז א פֿונקציע וואס ווענדט זיך אויף רוים און צייט. לויט דער קאפנהאגן באדייטונג פון קוואנטן־טעאריע איז דער ארט פון אן עלעקטראן נישט גוט באשטימט ביז מען מעסט וואו ער געפינט זיך.

שאלן און אונטער־שאלן

רעדאַקטירן
 
איינפאכער מאדעל פון דער עלעקטראנען־שאלעכץ פון ליטיום

די סטרוקטור פון די עלעקטראנען אין אן אטאם איז ערשט געשילדערט געווארן אין דעם אטאם־מאדעל פון ניעלס באהר.

אן עלעקטראנען־שאָל איז מעגלעכע זאמלונג פון עלעקטראנען. די n-טע שאָל קען האלטן 2n2 עלעקטראנען: ד״ה ביז 2 עלעקטראנען אין דער ערשטער שאל, ביז 8 אין דער צווייטער שאל, און ביז 18 אין דער דריטער שאל. די נומער 2 קומט פון דעם וואס יעדער מצב פון אן עלעקטראן קען עקזיסטירן אין צוויי אופנים, וואס מען רופט ספין־ארויף און ספין־אראפ.


וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עלעקטראנען-קאנפיגוראציע