עטאנאל
.
עטאַנאל, אויך באוואוסט ווי עטיל אלקאהאל, איז א ברענעוודיקע כעמישע פארבינדונג אן קאליר, און איז דער אלקאהאל וואס געפינט זיך אין אלקאהאלישע געטראנקען . ווען מענטשן רעדן וועגן עטאנאל, זאגן זיי אפטמאל סתם אלקאהאל. זיין כעמישע פארמל איז C2H5OH, אויך געשריבן C2H6O. מען ניצט אים פאר א צעפירער ווייל ער קען צעפירן אסאך אנדערע כעמיקאלן און איז נישט שטארק גיפטיק.
עטאנאל ברענשטאף
רעדאַקטירןעטאנאל ברענשטאף קען מען ניצן אנשטאט בענזין אין אויטאמאבילן און אנדערע מאטארן. מאטארן קענען ניצן אדער ריינעם עטאנאל אדער עטאנאל געמישט מיט בענזין.
אין בראזיל, 18% פונעם ברענשטאף וואס מען ניצט אין אויטאמאבילן איז עטאנאל ברענשטאף פראדוצירט פון צוקער רערן. צוליב דעם, דארף בראזיל נישט קויפן נאפט פון אנדערע לענדער.[1]
אין די פאראייניקטע שטאטן, רוב אויטאמאבילן קענען ניצן ברענשטאף מיט אן אינהאלט ביז 10% עטאנאל. אויטאמאביל פראדוצירער ווי פארד, דיימלער קרייזלער, און GM מאכן אויך פארווארג וואס קענען פארן אויף ברענשטאף מיט א העכערן טייל עטאנאל, ביז 85% (E85). ביז 2006, זענען שוין געווען זעקס מיליאן E85-שטימיק פארמיטלען אויף די גאסן פון די פאראייניקטע שטאטן.[2]
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- E85 is an alcohol fuel mixture: 85% ethanol + 15% gasoline - US E85 refueling map
- International Chemical Safety Card 0044
- Molview from bluerhinos.co.uk (ארכיווירט 25.09.2008 ביי דער Wayback Machine) See Ethanol in 3D (may take over a minute to load using a dial-up connection)