Spider-Man2.jpg

ספּייַדער-מאַן אדער ספּייַדערמאַן (ענגליש: Spider-Man, ווערטלעך: "שפין-מאַן") איז א פיקטיווער סופּערהעלד אין דער מאַרוועל אוניווערס. ער איז געשאפן געווארן דורך דער שרייבער סטען לי און דער קינסטלער סטיוו דיטקוי. ספּייַדער-מאַן האט ערשטנס באווייזט זיך אין "אַמייזינג פֿענטאַזי נומער 15" אין אויגוסט 1962. די געשיכטע איז געווען אז ער איז געווען א יתום אױסגעכאָװעט דורך זיין טאנטע מיי און פעטער בען אלס א נארמאלער יינגל. ער האט געהאנדלט מיט די נארמאלע שוועריקייטן פֿון יוגנט און אויך די שוועריקייטן פֿון ווערן א פֿארברעכן קעמפֿער אין א פֿאַרקליידונג. זיינע כוחות זענען געווען סופער שטארקייט, לייַכטקייט, די פֿעיִקייטן אויפֿצוהענגן צו כמעט יעדער באָדן, שיסן שפין-געוועבן מיט אן אַפּאַראַטל ער האט געמאכט און רופֿט "געוועב-שיסערס", און צו רעאַגירן צו געפֿאַר זייער שנעל מיט זיין "שפין-חוש", וואס דערלויבט אים צו קעמפֿן א סאך שונאים ענלעך מיט א שפין.

ספּייַדער-מאַן האט ערשטנס דערשיינט אין די ערשטע 1960ער יארן, אין וועלכער צייט יינגלעך אין סופּערהעלד קאמיקס זענען געוויינטלעך געווען די שותפים פֿון די פראטאגאניסטן. אין די סעריע איז געווען פּיטער פּאַרקער, א מיטלשול סטודענט וואס האט אפט געדאַרבט פֿון מילגדיקייט און איינזאַמקייט, ענלעך מיט מערסט יונגע מענטשן. להיפוך צו טייל יונגע העלדן ווי באַקי און ראָבין האט ספּייַדער-מאַן נישט געהאט קיין עלטערע לערערס ווי פֿון קאַפּיטאַן אַמעריקע אדער באַטמאַן צו קנעלן אים ווי צו ווערן א סופּערהעלד. ער האט זיך געלערנט אז "מיט א גרויסער כוח קומט א גרויסע אחריות".

מאַרוועל האט גענוצט ספּייַדער-מאַן אין א סאך קאמיקס סעריעס ווי "דער געוואַלדיקער ספּייַדער-מאַן", "דער פֿענאָמענאַלער ספּייַדער-מאַן" און "דער חושמדיקער ספּייַדער-מאַן". פּיטער פּאַרקער האט אויסגעוואַקסן פֿון א שעמעוודיקער מיטלשול סטודענט, צו א קאלעדזש סטודענט און צו א פֿאַרהייַראַטער מיטלשול לערער. זיין מערסט באקאנטער ראלע אלס א דערוואַקסענער איז אלס א פֿריַיליידיקער פֿרילענס פֿאָטאָגראַף. ער איז אויך געווען א מיטגליד פֿון ביידע די "נייע אווענדזשערס" און "די פאנטאסטישע פיר". ספּייַדער-מאַן האט געהאט פילע פאלשע נעמען איבער דער צייט, ווי "ספּייַדי", "געוועב-וואַרפֿער", "וואנט-קראלער" אדער "געוועב-קאפ". טייל רשעים הייסן אים "שפין", און ער הייסט זיך "דיין פֿריינדלעכער ספּייַדער-מאַן פֿונעם קוואַרטאַל".

אויך איז ספּייַדער-מאַן געווען איינער פֿון די מערסט פאפולערע און געראָטנע סופּערהעלדן. ער האט באווייזט זיך אין פילע סארטן מעדיע ווי אנימירטע און פילמירטע פילמען.

פּובליקאַציערעדאַקטירן

ספּייַדער-מאַן (אויך באקאנט אלס פּיטער פּאַרקער) האט ערשטנס באווייזט זיך אין דעם "אמייזינג פענטאזי נומער 15" קאמיקס בוך אין אויגוסט 1962. צוליב זיין הצלחה האט א נייע קאמיקס בוך סעריע אָנגעהויבן מיטן נאמען "דער געוואַלדיקער ספּייַדער-מאַן".

אויסטריטרעדאַקטירן

ספּייַדער-מאַן טראגט א רויט-און-בלויער סופּער גאַרניטור. ער האט א געוועב פֿאָרמירונג אויף די רויטע טיילן, וועלכע זענען די מאסקע, קערפּער, שטיװאַלעס און הענטשקעס. די הויזן און אַרבלען זענען בלוי.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ספיידער-מאן