עפענען הויפטמעניו
MajorTriumphPaperback002.png

א סופּערהעלד איז א פיקטיווער כאראקטער וואס באשיצט אומשולדיקע מענטשן און קעמפֿט פֿאר גערעכטיקייַט.

מאדערנע סופּערהעלדן געוויינטלעך האבן אומגעוויינטלעכע מעגלעכקייטן. צום ביישפיל, זיי קענען האבן בעסערע חושים און ווערן שטארקער און שנעלער ווי נארמאלע מענטשן. א סופּערהעלד איז געוויינטלעך העלדיש און אַדלדיק, און האט א פֿאַרביקע נאמען און פֿאַרקליידונג.

א טייל באקאנטע סופּערהעלדן זענען סופּערמאַן, באַטמאַן, אַקואַמאַן, ספּייַדער-מאַן, אייַראָן מאַן, קאַפּיטאַן אַמעריקע, דער האלק, דער זאך, טאָר און וואונדער וואָמאַן.

א טייל סופּערהעלדן האבן נישט קיין אייבערשטע מעגלעכקייטן אבער בלויז זענען שטארקע מענטשן וואס ווונטשן צו טוען גוט אינעם וועלט. למשל, באַטמאַן האט נישט אייבערשטע מעגלעכקייטן, אבער האט זיך אויסגעשולט פאר יארן צו ווערן שטארקער ווי זיינע שונאים.

רוב סופּערהעלדן באהאלטן זייער אידענטיטעטן מיט מאסקעס אדער העלמען. דאס איז ווייל סופּערהעלדן וועלן זיך נישט אז רשעים וועלן קענען ווער זיי זענען, צו פארמיידן זיי פון אָנקלאַפּן פריינט און פאמיליעס פון סופּערהעלדן.

א סאך סופּערהעלדן האבן טראגישע הינטערגרונטן וועלכע מאכן א סיבה פארוואס זיי זענען סופּערהעלדן. למשל, באַטמאַן האט געזען ביידע זיינע עלטערן דערמארדעט אקעגן אים און האט געווידמעט זיך צו קעמפן פֿאַרברעכן צו פארמיידן אז אזלעכע זאכן וועלן פארקומען צו אנדערע מענטשן. ספּייַדער-מאַן האט באפרייט א גנב וואס ער האט געקענט אויפהאלטן; דערנאך האט דער זעלבער גנב אויסגעשבּרט אריין אין זיין היים און האט געהרגעט ספּייַדער-מאַנ'ס פעטער. דערנאך האט ספּייַדער-מאַן מבֿין געווען אז ער דארף געווען ווערן אַחריותדיק מיט זיין כוח און נוצן עס צו הילפן אנדערע.