סעאל
서울특별시
מדינה / טעריטאָריע דרום קארעע
קאָאָרדינאַטן 37°34′00″N 126°58′41″E / 37.56667°N 126.97806°E / 37.56667; 126.97806קאארדינאטן: 37°34′00″N 126°58′41″E / 37.56667°N 126.97806°E / 37.56667; 126.97806

 ‑ אין שטאָט

10,581,728‏  (שטייענדיג 2011)

סעאָל איז די הויפטשטאט פון דרום קארעע, און איז די פינפטע גרעסטע שטאט איבער דער וועלט. סעאל האט אויך די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג אין זיין מעטראפאליטען שטח, נאך טאקיא. ביז 1945, איז סעאל געווען הויפטשטאט פארן גאנצן קארעער האלבאינדזל, דערנאך ווען קארעע איז צעטיילט געווארן, איז סעאל אריבער צום דרום. עס געפינט זיך גאר נאנט צו דער דעמיליטאריזירטער זאנע, צווישן די צוויי צעטיילטע לענדער. די שטאט געפונט זיך אויף די ברעגעס פון האַן טייך, און איז די פאליטישע, פינאנציעלע, און קולטורעלע הויפטשטאט פון לאנד.

די שטאט איז גרויס 605 קוואדראט קילאמעטער, און ריכטיק פאר 2009, א באפעלקערונג פון 9,660,532 איינוווינער אין די שטאט, אין דער מערטראפאליע וווינען 22,456,200 איינוווינער, ריכטיק פאר 2009.

טראנספארטאציע איז ווי פאלגנד, ניין אונטערגרונט באן ליניעס, וואס דעקן איבער 100 קילאמעטער. 200 אויטאבוס רוטעס אין שטאט. אין דרום קארעע איז פארהאן די שנעלסטע באן אין דער וועלט נאך יאפאן, וואס פארבינדעט סעאל מיט די אנדערע שטעט.

די שטאט האט צוויי פליפעלדער, איינס די אלטע גימפא פליפעלד, וואס באדינט מערסטנס אינלאנדישע לופט פארקער. די צווייטע "אינטשאון אינטערנאציאנאלע לופטפעלד", איז געבויט געווארן אין יאר 2001.