נתן דוד ראבינאוויטש (פארצעוו)
פארצעווער רבי
רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון פארצעוו (ה'תרכ"ו, 1866 - ז' שבט ה'תר"ץ, 1930) איז געווען א רבי פון חסידים וואס האט געפירט זיין הויף אינעם שטעטל פארצעוו. דאס חסידות איז געווען א צווייג פונעם ביאלער חסידות. רבי נתן דוד איז געווען א בן אחר בן, דער פינפטער פונעם ייד הקדוש פון פרשיסחא.
געבורט |
1866 ה'תרכ"ו |
---|---|
טויט |
1930 (אלט 64 בערך) ז' שבט ה'תר"ץ שעדליץ, פוילן |
טעטיקייט ארט | פארצעוו |
פאטער | יצחק יעקב ראבינאוויטש |
ער איז געווען א שטארקער קעגנער פון ציוניזם.[1]
ער איז געווען א גביר, און פון זיין צוואה (וואס מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל אין תר"ץ) ווייזט אויס אז ער האט איבערגעלאזט א הון רב אין זיין ירושה. ער פלעג ארויסגעבן א סך געלט כדי מקיים זיין מצוות מיט גרויס הידור.
זיינע קינדער
רעדאַקטירן- אסתר גאלדא, ווייב פון רבי אברהם יעקב שפירא (ה'תרמ"ד - כ"ד אדר ב' ה'תשכ"ב) פון דראהביטש
- פייגא, ווייב פון רבי אהרן פערלאוו פון סטאלין-ווארשע
- רבי משה יחיאל אלימלך ראבינאוויטש פון לעבערטוב, זיין ממלא מקום
- רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש פון מונקאטש
- רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש
- חוה, ווייב פון רבי ירחמיאל ישראל יוסף דאנציגער, זון פון רבי יצחק מענדל פון אלעקסאנדער
- דבורה, ווייב פון רבי יעקב לאנדוי
- רבי יודא לייב ראבינאוויטש
- רב אלעזר בצלאל יוסף ראבינאוויטש
- פעסקא, ווייב פון רבי וואלף פרידמאן
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ פייקאזש, ההנהגה החסידית - סמכות ואמונת צדיקים, באספקלריית ספרותה של החסידות.
פֿריערדיגער: רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש |
רביס פון פרשיסכער גזע | נאָכפֿאלגער: רבי משה יחיאל ראבינאוויטש |