נחמן לייב אייזן
נחמן לייב אייזן (ענגליש: Norman L. Eisen, געבוירן כ"א חשון תשכ"א), איז אן ארטאדאקסישער יוד וועלכער האט געדינט אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר צו טשעכיי פון יאנואר 2011 ביז אויגוסט 2014.
געבורט |
11 נאוועמבער 1960 (אלט 64) לאס אנדזשעלעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט |
ברוין אוניווערסיטעט הארווארד שולע פאר געזעצן |
פאך | דיפלאמאט, אדוואקאט |
נאך כמעט פיר יאר איז זיין אמט איבערגענומען געווארן דורך ענדרו שפירא.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןפון זיין פאטער'ס זייט שטאמט ער פון פוילישע יודן ברעסלאווער חסידים און פון זיין מוטער'ס זייט זענען געווען מונקאטשער חסידים. ער איז אויך א קרוב צום בארימטן חזן שלום כ"ץ.
זיין מוטער האט פאר דער קריג געוואוינט אין סאבראנס, טשעכאסלאוואקיי. בשעת דער קריג איז זי געשיקט געווארן קיין אוישוויץ און אין נאך לאגערן. נאך דער קריג איז זי צוריק געגאנגען קיין טשעכאסלאוואקיי אבער ווען די קאמוניסטן האבן גענומען שטארקן דארט די מאכט איז זי אנטלאפן קיין ישראל ווי זי האט חתונה געהאט צו ישראל מרדכי אייזן. אין תשי"ב האבן זיי זיך געצויגן קיין אמעריקע וואו נחמן לייב איז שפעטער געבוירן אין לאס אנדזשעלעס.
א יאר נאך זיין בר מצוה איז זיין טאטע געשטארבן.
ווען ער האט געענדיגט לערנען אין ישיבה איז ער געווארן אן אקטיוויסט פאר די אנטי דעפימעישן ליגע. דערנאך איז ער געגאנגען לערנען געזעץ אין הארווארד וואו ער האט זיך באפריינדעט מיט א סטודענט מיטן נאמען באראק אבאמא.
נאכן גראדואירן איז נחמן אריין ארבעטן אין אן אדוואקאטן פירמע אין וואשינגטאן די סי. ווען דער אויבנדערמאנטער פריינד זיינע האט באשלאסן צו לויפן פאר פרעזידענט האט ער אים אלס נאענטער פריינד שטארק געהאלפן.
ווען אבאמא האט געווינען האט ער אים אויפגענומען אלס ״עטיקס צאר״ אין ווייסן הויז וואו ער האט באקומען דעם צונאמען מיסטער נאו צוליב זיין שטרענגע צוגאנג צו קארופציע א.ד.ג.
ווען פרעזידענט אבאמא האט ענדליך באשלאסן צו שיקן אן אמבאסאדאר קיין טשעכיי, האט ער אים אויסגעוועלט פילנדיג אז ער איז ספעציעל פאסיג זייענדיג א קינד פון מלחמה איבערלעבער פון דארט.
זיין נאמינאציע איז באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס מיט א גרויסער מערהייט פון זיבעציג קעגן זעכצן.
אלס אמבאסאדאר
רעדאַקטירןאין עטליכע יאר וואס ער האט געדינט ווי אמבאסאדאר צו טשעכיי אלס פארשטייער פון אמעריקע איז ער געווען גאר אינסטרומענטאל אין פארבעסערן די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.
און בכלל איז ער געווען גאר א פאפולערער פיגור אין טשעכיי, זינט די ארטיגע בירגער קוקן שטארק ארויף אויף אמעריקע און ווי אויך צוליב זיין אייגנארטיקייט און כאריזמאטישע פערזענליכקייט. קענענדיג אביסל טשעכיש פון דער יוגנט, האט ער זיך ער דארט צוגעלערנט די שפראך און אזוי האט ער באוויזן כסדר אויפגעטרעטן דארט אויף די ראדיא און טעלעוויזיע.
נחמן מאכט נישט קיין סוד פון זיין פירונג אלס פרומער יוד און זיינע אינטרעסאנטע מנהגים זענען כסדר געווען אין די נייעס צוליב זייער אייגנארטיגקייט. עס איז געווען באוואוסט מיט די גרויסע פרייטאג צו נאכטס סעודות וואס ער האט געפראוועט. עס איז ספעציעל באצייכנט געווארן אז דאס הויז וואו ער האט געוואוינט, וועלכער האט אמאל געהערט פאר בארימטע רייכע טשעכישע יודן, איז גענוצט געווארן ביי דער צווייטער וועלט קריג דורך די נאציס.
ווי אמבאסאדאר אייזן זאגט האט אים זיין יודישקייט נישט געשטערט אין זיין קאריערע, נאר פארקערט עס האט אים געהאלפן ברענגען רעספעקט.
עס איז אינטרעסאנט געווען ווי ווען אין א אינטערוויו מיט דעם וואשינגטאן פאסט האט ער זיך געוויצלט אז אין פראג קען ער נישט טרעפן א געוויסע סארט כשרע קעז.... תיכף האבן אסאך יודן איבער דער וועלט אים אנגעהויבן שיקן אסאך פון דעם סארט קעז....
וועב לינקען
רעדאַקטירן- אן ארטיקל אין וואשינגטאן פאסט http://www.washingtonpost.com/lifestyle/style/2013/10/14/3388f996-26f3-11e3-ad0d-b7c8d2a594b9_story.html
- אן ארטיקל איבער זיין יודישקייט און אפשטאם http://www.npr.org/blogs/parallels/2014/02/18/279017558/for-u-s-ambassador-ties-to-prague-that-transcend-diplomacy?sc=17&f=1001
- אן אינטערוויו מיט אים בעפארן פארלאזן דעם אמט איבער זיינע אויפטוהען