מרדכי דוד אונגאר (דאמבראווא)
רבי מרדכי דוד אונגאר זצ"ל (ה'תק"ל – ז' שבט ה'תר"ג), רב אין דאמבראווא.
געבורט |
1770 פוילן |
---|---|
טויט | 8 יאנואר 1843 (אלט 73 בערך) |
פאך | רב |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מרדכי דוד איז געבוירן און יאר ה'תק"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב צבי הירש אונגאר פון פוילן און צו זיין מוטער מרת מושקיט.
רבנות
רעדאַקטירןרבי מרדכי דוד איז געפארן לערנען קיין קאזשניץ וואו ער האט געהערט שיעורים פון דעם עבודת ישראל. יונגערהייט איז רבי מרדכי דוד שוין געווען ביים רבי'ן רבי אלימלך פון ליזשענסק, נאכהער איז רבי מרדכי דוד געווען א תלמיד מובהק פון דעם חוזה פון לובלין. רבי מרדכי דוד האט זיך באזעצט אין דאמבראווא פון דארט האט זיך אנגעהויבן זיין רבישע קייט.
הסתלקות
רעדאַקטירןפאמיליע
רעדאַקטירןרבי מרדכי דוד האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון א גביר פון טשמעלאוו[1]. זייערע קינדער:
- הרב יוסף אונגאר (ה'תק"ס – ב' חשוון ה'תרכ"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא. אין יאר ה'תקע"ה האט ער געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה פון קאזשניץ.
- הרב מנחם מענדל אונגאר ( - ה'תרמ"ב), פון סטאפניץ, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישראל ראטנבערג, פון סטאשעוו, א זון פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא, דער "אור לשמים". זייערע קינדער:
- הרב ישראל אונגאר.
- הרב מאיר מרדכי דוד אונגאר.
- הרב ישראל אונגאר.
- הרב ירחמיאל אונגאר.
- הרב מאיר יהושע אונגאר.
- מרת שיינדל, די ווייב פון הרב אלימלך פון יעראסלאוו.
- הרב אברהם אלחנן אונגאר ( - ד' טבת ה'תרמ"ג), רב אין קוויף און אפאטשנא, רבי אין קאלושין. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב קלונימוס קלמן הורוויץ פון פארציק, אן אייניקל פון חוזה פון לובלין. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא דער "שרף" פון מאגליניצא.
- הרב אביעזרא זעליג אלעזר אונגאר, פון קאלושין. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב משה רוקח פון קארוב, א זון פון שר שלום פון בעלזא.
- די ווייב פון הרב נפתלי שפירא הי"ד.
- מרת רעכיל, די ווייב פון הרב מנחם מענדל רוקח פון דינאוו.
- מרת שרה, די ווייב פון הרב נפתלי אריה שפיעגעל.
- די ווייב פון הרב אברהם שלום פנחס ראטטענבערג, פון טשענסטעחאוו, אן אייניקל פון אור לשמים.
- הרב יעקב יצחק אלחנן ראטטענבערג, פון טשענסטעחאוו.
- הרב ישכר בער ראטנבערג, רב אין וואוידיסלאוו
- הרב משה אונגאר (ה'תק"ף (אומגעפער) – י"ח תשרי ה'תרנ"ח), האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, רב אין צאנז. ער ליגט אין צפת.
- הרב יחיאל צבי הירש אונגאר (ה'תק"ע (אומגעפער) – ה'תר"ם (אומגעפער) ), רבי אין טארנא.
- הרב נפתלי אונגאר, פון זשאבנא, אן איידעם פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ. ער האט נישט געהאט קיין קינדער.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב נחום צבי טייטלבוים פון דראהאביטש, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, א זון פון ישמח משה.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ מדרכי דוד פרק ב