אפאטשנא
אפאטשנא איז א שטאט אין צענטראל פוילן, היינט אין דער לאדזשער וואויוואדעשאפט. די באפעלקערונג איז 23,162 (2007). די שלעזיע - ווארשע באן פארט אדורך אפאטשנא.
אין יאר ת"ר איז דער ראש החסידים אין דער שטאט געווען ר' הערשל דישקעס, א תלמיד פון דעם רבי ר' בונים און א קאצקער חסיד. אין שפעטערע יארן זענען די עיקר חסידים אין דער שטאט געווען גערער און סקערנעוויצער. פון תרט"ז איז הר"ר שמחה אלפוס געווען דער רב.
הרב יצחק מאיר פאדווא, דער ראספזשער רבי און אן איידעם ביי הרב מאיר פון פרשיסחא, האט געוואוינט אין אפאטשנא.
יאר | באפעלקערונג | יידן | % יידן |
---|---|---|---|
1764/65/תקכ"ד-כ"ה | (?) | 1349 | - |
1827/תקפ"ז | 2961 | 1922 | 70% |
1857/תרט"ז | 2334 | 1472 | 63% |
1860/תר"כ | 2984 | 1713 | 57% |
1878/תרל"ח | 4975 | 2412 | 48% |
1897/תרנ"ז | 6076 | 2425 | 40% |
1909/תרס"ט | 6412 | 4025 | 63% |
1921/תרפ"א | 7224 | 3376 | 47% |
1939/תרצ"ט | (?) | 2954 |
קאארדינאטן: 51°22′N 20°17′E / 51.367°N 20.283°E