רבי מנחם מענדל האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ד - כ"א אדר ה'תרפ"ו) רב אין פריסטיק און דוקלא

רבי מענדל'ע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד[1], צו זיין פאטער הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב אביגדור האלבערשטאם, רב אין דוקלא א ברידער פון דברי חיים.


אין יאר ה'תרנ"ה איז רבי מענדל'ע געווארן רב אין פריסטיק, נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער אויך איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט, אלס רב אין דוקלא.

רבי מענדל'ע איז נפטר געווארן כ"א אדר ה'תרפ"ו, אין ליגט אין פריסטיק

אין יאר ה'תרל"ט האט רבי מענדל'ע געהייראט מרת פייגא ביילא א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, זי איז אומגעקומן אויף קידוש השם י"ח תמוז ה'תש"ב, הי"ד. זייערע קינדער:

  • הרב דוד האלבערשטאם הי"ד, פון טשעבין רב אין יאשליסק. אין יאר ה'תרפ"א האט ער געהייראט מרת שרה מלכה דבורה[2] א טאכטער פון הרב אלעזר ראזענפעלד פון אשפעצין. ער איז אומגעקומן צוזאמען מיט זיין פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:
    • חיים, הי"ד. יחזקאל, הי"ד. מנחם מענדל, הי"ד. יהושע, הי"ד. חנה רחל, הי"ד. יוכבד, הי"ד. רבקה, הי"ד. מרים, הי"ד. שיינדל, הי"ד. פראדיל, הי"ד.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות א.ל.ג. תר"ל
  2. י"ג אורות - מלכה, א.ל.ג. - שרה מלכה דבורה, אוהב שלום - מלכה דבורה